גענומען פון שייןהויך
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/search_user.asp?userid=260654הרב ר טשאלנט טאפ:
דו ביזט טויזנט אין איין פארצענט גערעכט. אבער דו דארפסט געדענקען איין זאך.
ווי לאנג מען קען אפשטיפן דעם מחלה פון קאמפיוטער בכלל, און אינטערנעט בפרט, זענען אונזערע דורות פארזיכערט אויף א לענגערע צייט. ד.ה. אנשטאט די צווייטע דור זאל צוגרינד גיין, וועט עס זיין ביי די דריטע אדער די פערדע.
איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך?
נאך עפעס:
ווי מער די אלגעמיינער עולם וועט זיך צושטעלן צו די רבנים, אלץ מער זענען אונזערע דורות פארזיכערט.
נעם צום ביישפיל די מערכה קעגן די טעלעוויזיע. ווען אונזער עולם זאל פייפן אויף די רבנים, או טעלעוויזיע זאל ווערן א חלק פון אונזער טאר-טעגליכן לעבן, וואו וואלטן מיר היינט געשטאנען?
עס איז זיכער אז יעדע טריט קעגן דעם אינטערנעט, איז א טריט אוועק פון אונזערע קינדער צו די גאס.