פראגע פון די וואך,
ווער האט גע'הרג'ט עשו?
====
ווער ס'האט תירוצים, אנדערע שאלות, אדער סתם תורות אויף די וואכעדיגע סדרה, זאל עס ביטע מיטטיילן מיטן ציבור.
לפי המדרש, האט חישום דער זוהן פון דן, וואס איז געווען טויב (דערובער הייסט ער חישים), געזעהן אז דער עשו האלט אפ פון באגראבן יעקב אין דעם מערת המכפילה, האט ער אראפגעהאקט זיין קאפ, און דאס איז אריינגעפאלן אין די מערה.
אין די חסידישע ספרים ווערט דערפון ארויסגעלערנט, אז די קאפ פון עשו איז געווען זייער הויך, אויב וואלט ער געווען ערליך וואלט ער געווען העכער ווי יעקב.
מענין לענין באותו ענין:
עס ווערט געברענגט אז אויב וואלט עשו באקומען די ברכות פון יצחק וואלט ער געווען דעם עם הנבחר, און דער באשעפער וואלט געגעבן די תורה פאר זיינע אייניקלעך.
יא, דאס איז די כח פון א ברכה פון א צדיק!
שיין הויך;
חישום? איך מיין אז דו האסט נישט גוט אויסגעלייגט דעם ווארט. און וואס האט דאס מיט טויבקייט? חרש מיינט א טויבער, נישט חישום.
בכלל שטייט דאס נישט נאר אין מדרש, נאר עס איז א גמרא אין מסכת סוטה, אבער ווען דאס וואלט געווען דער איינציגער תירוץ, פארשטיי אליין אז איך וואלט דאס נישט געפרעגט, מיר לערנען נישט עברי דא.