חאמאס זיך אריין געכאפט ביי אנשי שלומינו?
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1756820
איך האלט אז מ'טאר זיך נישט לאזען פארפירען פין די חאמאס פארפירער, וואס שטייען אויבען ביים שטייסעל, אין פירען אינז ארים ווי פיינע שעפעלעך.
ווען אינז וואלט מיר געהאט נארמאלע באזעסענע פירער, וואלטען מיר שוין לאנג געהאלטען אסאך ווייטער.
אבער אזוי ווי עס ווערט יעצט געפירט פין ווילדע חאמאסניקעס, ווי למשל, י. ר"ב, ש. א"ל, אא"וו, אין דא אויף היידפארק פין אזעלכע עקסטרימיסטען ווי ווארהייט, אויסשווארץ, בא לל.,אא"וו., וועלען מיר גאנץ זיכער נישט אנקימען צי ווייט אין צי שנעל.
איך וועל אייך געבען איין דוגמא, לעת עתה האבען מיר נישט קיין מוסדות אין וויליאמסבורג פין 13 יאר אין אראפ, די זאלי מוסדות זעהט שוין נישט אויס ווי מען וועט עפעס האבען דערפון, אין ווי לאנג אינז וועל מיר זיך בויען קען נאך נעמען ווער ווייסט ווי לאנג, נאך דערצו ווען אסאך פין אינז, (אין איך אויך), זענען שוין באקוועם אין אנדערע מוסדות.
פארוואס איז דאס אזוי? ווייל מען האט געהאנדעלט ווילד, מען איז געלאפען אין קארט אן א חשבון, דער עיקר אינז צי איינרעדען אז מען האלט ערגעץ.
וואס וואלט מען געדארפט טין: זיך אראפ זעצען מיט זיי, אין פארהאנדלען, אזוי ווי יעדע קא. וואס ציטיילט זיך, נעמן א פאר בילדינגס, אין זיך בויען ווייטער אין נישט צירוק קיקען.
אין אזוי ביי יעדע זאך ממש.
אינז דארף מיר זאגען:
געניג זיך געלאזט פארפירען, מען דארף נייע ראשי הקהילה, וואס זאלען ציגיין צים ענין ווי צי א ביזנעס, אין טרייען צי ראטעווען וואס מען קען נאך!
עס איז שוין טאקע אביסעל שפעט, אבער עס איז נאך אלס בעסער ווי קיינמאל.
יא איך ווייס, באלד גייען קימען די עקסטרימיסטען דא אין שרייען: די ביסט א זאלי די ביסט דער אדער יענער.
דארף מען געדענקען, אז זיי זענען עקסטרימיסטען, וואס האלטען נישט ביים נאך געבען אן אינטש, אין וועגען דעם האבען מיר גארנישט.
די קינץ איז נישט נאר צי נעמען, מען דארף וויסען ווען צי געבען.
ווייל איך טראכט מיט א שכל הישר, בין איך נאך נישט א זאלי וועגען דעם.
אין איך ציקראץ מיך נישט ווען מען ריפט מיר אן פארשידענע נעמען, ווייל איך ווייס אז דער אמת איז מיט מיר.
אדרבה, קיקטס אן דעם מצב, אין איבערצייגט אייך אליינס.
הייסט די ביסט געווען די זאלי שרייבער וואס האט געשיקט די בריוון און ק"י אקעגן ר' יצחק רויזענבערג
תוקן על ידי - אלעסאמת - 10/01/2006 7:48:44
שיקט דעם מטורף אין שפיטאל אריין דחוף,
קיק אהער, געב מיך נישט א פארסטעמפעל אפ ווי א זאלי שרייבער אין פינישד.
אין ניין, איך בין נישט קיין זאלי שרייבער.
לאמיר דיבעיטען די ברענענדיגע אישא ווי מענטשען, אין זעהן ווער עס איז גערעכט.
איך מיין אז איך האב א סאליד טענה.
תוקן על ידי - ניו_יארק - 10/01/2006 7:54:46
איך האלט נישט אז איך בין א מטורף, פינקט אזוי ווי איך האלט נישט אז די ביסט.
האב איך נישט ארויס געברענגט א ריכטיגע פונקט?
אז די האלטס אנדערש, אדרבה זאג פארוואס, אפשר וועל איך מיר טוישען די מיינד.
אבער נישט שריי סתם אזוי.
די ערשטע זאך איז קיינער האט נישט ליב צו דיבעיטן מיט א פאלטשער ניק אז די וועסט קימען גהעריג מיט דיין זאלי ניק וועט דער עולם גיין מיט דיר און א דיבעיט
איך בין נישט דיין בר פלוגתא, אבער דיין קעפל ווי כאמאס אויף מסירת נפש עסקנים, ווייזט קלאר ווער די ביזט,
די מעגסט האלטן אז מען דארף ענדערש בויען פאזאטיוו ווי נעגעטיוו, וואס איך וויל יעצט נישט דיסקאסען מיט דיר, אבער באשולדיגן אין עקסטימיזעם אדער כאמאסניקעס, איז א סימן וואו די באלאנגסט,
קענסט שוין זוכן א נייעם ניק,
פין ווי ווייסטו אז די ווייסט דעם אמת?
האסט עס שוין איבער געזאגט א פאר מאל, האסט עפעס פרוף?
אין פין ווי ווייס איך, אז די האסט נישט נאך א זאלי ניק?
איך האלט אז די האסט יא נאך א זאלי ניק, אין די דרייסט דיך דא אלס א שפיאן.
אויך, מיט דיין ארויס ברענגען דא דיינע פאלשע השערות, (ווייל די ווילסט דא אויסזעהן געטריי), פארדרייסטו דעם אשכול פינעם נושא, וואס איז אקעגען די תקנות.
האסטו עפעס א מיינונג אין דעם נושא, דעמאלסט ענטפער צי דער זאך, אין אז נישט, מיזטו דיך נישט אלס אנריפען.
א גיטע נאכט
דאס איז טאקע דער דיסקאשען, צי זיי זענען מסירת נפש עסקנים, צי זיי זענען חאמאס!
איך האלט אז חאמאס, אין ש"ע יוכח.
אז די האלטס אנדערש, זאג פארוואס, אין פארענטפער זייערע ווילדע שטיק.
געדענק, אמעריקע איז ארויס געקימען פין א רעוואלוציא, נישט פין נאך גיין בלינדערהייט די בריטישע.
ניו יארק און דיינע ווערטער ליגט דער תירוץ
(געדענק, אמעריקע איז ארויס געקימען פין א רעוואלוציא, נישט פין נאך גיין בלינדערהייט די בריטישע. )
ווער עס האט נאך די צעטלך וואס ניו יארק האט געשיקט און ק"י פאר די וואלן א קעגן ר' יצחק רויזענבערג זאל עס ביטע פאסטן
איך האב עס געזיכט אויף חדשות אנש ס'איז שוין אויס געמעקט דארט
תוקן על ידי - אלעסאמת - 10/01/2006 8:30:05
איך בין בדעה אחת מיט ניו יארק.
דהיינו: איך בין אן אהרוני בלב ונפש,
אבער דער הייליגער רב שליט"א איז א מנובל, א פירער/פארפירער וואס פארשעמט סאטמאר און מאכט אן א שרעקליכן חורבן הדת. אלע נארמאלע מענטשן, חוץ די חאמאס פירער ווארהייט, אויסשווארץ און יצחק ראזנבערג, האלטן אזוי, דאס איז דאך פאקטן.
ר' מענדל שווימער איז דער קלארער געווינער פון די וואלן אין קרית יואל, מיר אהרונים דארפן איינזען די מציאות, מען קען זיך נישט פאפן.
די אהרונים זענען אלע שעפסן וואס גייען בלינד נאך זייערע פירער, אלע אהרונים ווייסן דאס. טא, פארוואס אפילו זיך איינרעדן אז ס'איז נישט אזוי.
דער רבי שליט"א האט באשטימט ר' זלמן לייב אלס זיין יורש, און דער רב שליט"א איז א בן סורר ומורה, וואס האט איין ציל, יורד צו זיין לחייו פון רבי'ן, און אים אונטערגראבן און הרג'ענען.
דאס גיין אין ערכאות איז א שרעקליכע עוולה. לאמיר זיך אנקוקן, ווער זענען די מתירים י.ה. סופר? ג. בערקאוויטש? ש. זאבעל? מיר זענען א געלעכטער אין דער וועלט מיט אזעלכע מתירים. די דיינים און רבנים פון די זאליס זענען דאך אנערקענט אין די גאנצע וועלט, און אז זיי האלטן אז מיר זענען מוסרים זענען מיר מוסרים.
מיר אהרונים זענען פארפוילטע און פארדארבענע יונגען, מיר זענען ציונים, מיר זענען אלע אפגעפארן פון אידישן וועג. אפן וועלן מיר דאס נישט מודה זיין, אבער יעדער ווייסט אז באהאלטענערהייט אין אונזערע הייזער עסן מיר נבילות וטריפות, מיר זענען מחלל שבת און אסאך פון אונז זענען באהאלטענע קריסטן. איך בין א הייסער אהרוני, אבער איך שעם מיך נישט מודה צו זיין דעם אמת.
דער בלאט ווערט אנגעפירט דורך משכילים, וועלכע האבן געלערנט אין די גרעסטע אוניווערזיטעטן. ווי יעדער ווייסט איז שמואל ווידער נישט קיין אנדערער ווי דער לץ און כופר בעיקר שלום עליכם, קיינער לייקנט דאס נישט. יעדער ווייסט אויך אז אלע בלאט שרייבערס גייען אן קאפלעך און זענען פורקי עול. די גאס ווייסט דאס טאקע נישט אבער איך רעד דאך נאר צום היימישן ציבור, אהרונים, וואס מיר אלע זענען ליידער באקאנט מיט די ביטערע פאקטן.
טראץ די אלע "פאקטן" בין איך א הייסער אהרוני, און כ'ווער נישט באצאלט דורך משה גבאי צו מאכן פראפאגאנדע צווישן די אהרונים.
(די אויפקלערונג איז געשיקט געווארן נאר פאר געציילטע מענטשן מאנ"ש, און עס ליגט א גרויס אחריות אויף די אלע מענטשן אז ס'זאל נאר בלייבן פנימי און ח"ו נישט אנקומען צו די זאליס)
תוקן על ידי - גוטזאגער - 10/01/2006 9:11:23
גוטזאגער
אוי ווי גוט דו זאגסט... דרייניטץ האט ארויסגעשלעפט זיין נעקסטע ניק פון בארהעלטעניש, נאך וואס מהאט חוסם געווען שלמה המלך/נארמאל, אבער יעצט גייט ער שפילן אהרוני...
דו מאכסט מיט אים גוט סדר... A-1!!!!!!!!!!
אפש רווייסט איינער וואס גייט פאר ביי די זאליס אז זיי פארפירן שוין ווייטער פאר שלום?
OK גיטזאגער:
אמת די זאגסט טאקע זייער גיט, אבער לאמיר עס צילייגען אויף טעלערלעך, אין זעהן וואס איז אמת, אין מיט וואס די פיקסד מיך גיט צי.
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס די דארפסט מיך ציפיקסען, איך מיין דאך נאר לטובת אנשי שלומינו, איך פארשטיי אז די האלטסט אנדערש, נו קענסט דאך זאגען דיין מיינונג אן מיך ציפיקסען, אין אן שקרים.
"איך בין בדעה אחת מיט ניו יארק." :
אמאל יא, אין אמאל נישט.
"דהיינו: איך בין אן אהרוני בלב ונפש,":
אמת.
"אבער דער הייליגער רב שליט"א איז א מנובל, א פירער/פארפירער וואס פארשעמט סאטמאר און מאכט אן א שרעקליכן חורבן הדת.":
שקר שקר, איך ווייס נישט ווי אזוי די האסט נישט מורא צי שרייבען אזא זאך, איך האלט אז די מיסט דא איבער בעטען דעם רב ברבים.
"אלע נארמאלע מענטשן, חוץ די חאמאס פירער ווארהייט, אויסשווארץ און יצחק ראזנבערג, האלטן אזוי, דאס איז דאך פאקטן.":
קיינער האלט נישט אזוי ביי אינז.
"ר' מענדל שווימער איז דער קלארער געווינער פון די וואלן אין קרית יואל, מיר אהרונים דארפן איינזען די מציאות, מען קען זיך נישט פאפן.":
שקר.
"די אהרונים זענען (אלע) שעפסן וואס גייען בלינד נאך זייערע פירער, (אלע אהרונים ווייסן דאס). טא, פארוואס אפילו זיך איינרעדן אז ס'איז נישט אזוי.":
אמת, דאס איז פינקטלעך מיין פוינט , אבער נישט יעדער ווייסט דאס, אין וועגען רעד איך דערפין.
"דער רבי שליט"א האט באשטימט ר' זלמן לייב אלס זיין יורש, און דער רב שליט"א איז א בן סורר ומורה, וואס האט איין ציל, יורד צו זיין לחייו פון רבי'ן, און אים אונטערגראבן און הרג'ענען.":
שקר.
"דאס גיין אין ערכאות איז א שרעקליכע עוולה. לאמיר זיך אנקוקן, ווער זענען די מתירים י.ה. סופר?( ג. בערקאוויטש? ש. זאבעל?) מיר זענען א געלעכטער אין דער וועלט מיט אזעלכע מתירים. די דיינים און רבנים פון די זאליס זענען דאך אנערקענט אין די גאנצע וועלט, און אז זיי האלטן אז מיר זענען מוסרים זענען מיר מוסרים.
מיר אהרונים זענען פארפוילטע און פארדארבענע יונגען, מיר זענען ציונים, מיר זענען אלע אפגעפארן פון אידישן וועג. אפן וועלן מיר דאס נישט מודה זיין, אבער יעדער ווייסט אז באהאלטענערהייט אין אונזערע הייזער עסן מיר נבילות וטריפות, מיר זענען מחלל שבת און אסאך פון אונז זענען באהאלטענע קריסטן. איך בין א הייסער אהרוני, אבער איך שעם מיך נישט מודה צו זיין דעם אמת.
דער בלאט ווערט אנגעפירט דורך משכילים, וועלכע האבן געלערנט אין די גרעסטע אוניווערזיטעטן. ווי יעדער ווייסט איז שמואל ווידער נישט קיין אנדערער ווי דער לץ און כופר בעיקר שלום עליכם, קיינער לייקנט דאס נישט. יעדער ווייסט אויך אז אלע בלאט שרייבערס גייען אן קאפלעך און זענען פורקי עול. די גאס ווייסט דאס טאקע נישט אבער איך רעד דאך נאר צום היימישן ציבור, אהרונים, וואס מיר אלע זענען ליידער באקאנט מיט די ביטערע פאקטן.
טראץ די אלע "פאקטן" בין איך א הייסער אהרוני, און כ'ווער נישט באצאלט דורך משה גבאי צו מאכן פראפאגאנדע צווישן די אהרונים.
(די אויפקלערונג איז געשיקט געווארן נאר פאר געציילטע מענטשן מאנ"ש, און עס ליגט א גרויס אחריות אויף די אלע מענטשן אז ס'זאל נאר בלייבן פנימי און ח"ו נישט אנקומען צו די זאליס) "
ביסטו פאריקט?!
וואס האקסטו מיר אין קאפ מיט נארישקייטען אין מיט שקרים!
איך פארשטיי אז די ווילסט שפילען ריווערס סייקאלידזשי ווייל די טראסט מיך נישט, וועגען דעם זאג איך דיר, אז איך מיין עס גאר ערענסט.
אין לייג מיר נישט אריין ווערטער אין מויל אריין.
אגב, פין דיין סטייל פין שרייבען, זעהסטו אויס צי זיין, ווארהייט, אין איך האב דאס טאקע ערווארטעט פין דיר.
אבער איך בעט דעם עולם, ספעציעל די טויזענטער לייענער, אז איר מיינט דעם עכטען כבוד פין רב שליט"א, דעמאלסט לאמיר אנפאנגען עפעס צי טין, אין טאקע ווי שנעלער!
תוקן על ידי - ניו_יארק - 10/01/2006 18:12:31
נוי יארק
זיי מיר ביטע מסביר
וואס האבן מיר גע'קענט באקימען אן גיין אין קארט????
זיי האבן דאך גארנישט געוואלט געבען!!
וואס איז דיין פארשלאג???
מען האט דאך זיי געריפן צי דין תורה אין זיי האבן דאך נישט געוואלט קימען???!!!!
תוקן על ידי - שלום_משה - 10/01/2006 19:16:36
ניו יארק
איך נעם דיך היינט אויף פאר ראש הקהל,
לאמיר הערן דיין פלאטפארמע, וואס פאר
א טשענדזשעס וואלסטו געארדערט אין קהל?
לייג פאר דיין בלאפרינט פאר א דויערהאפטיגער
שלום, וואס וואלסטו גלייך נאכגעגעבן?
וואס ביסטו גרייט צו פארהאנדלען?, און איז דא
עפעס וואס דו וואלסט בשום אופן נישט נאכגעגעבן?.
ניו יארק.
איך מיין דיין קעפל וואלט געדארפט זיין "אנשי שלומינו זיך אריינגעכאפט ביי חאמאס?"...
קענסט ציילן אויף די פינגער וויפיל נארמאלע אהרונים עס איז דא אין די גאנצע כדור העולם.
בעלגישער פערד
ניו יארק פרובירט עפעס צו מאכן, און די לייגסט אים צוגרונד, ער איז דאך אן ארוני, פארוואס פארציילסטו דעם סוד
איי, די אלע וואס האט באקומען פון אים אין אישי אנדערע סארט תגובות, דאס איז שוין עפעס אנדערש
וואס איז משה גבאי'ס חשבון מיט די נארישע דעפרעסטע טאקטיקן. ער רעדט זיך טאקע איין אז איינער וועט מיינען אז ניו יארק איז אן אהרוני?
דרייניטץ/ניו יארק האט באקומען די מסעדזש... ער איז שוין נישטא.
שלום עליכם טייערע חברים, מיר האבען זיך שוין נישט געזעהן א פאר טאג, איך בין געוועהן זייער ביזי, אין נישט געהאט קיין צייט צי קאנצעטרירען אויף מיין ענטפער.
לאמיר יעצט אנפאנגען מיט א סדר:
קודם וויל איך ענטפערען שנעל אויף די פאר קליינע קלאגעלעך וואס איך זעה דא, אין נאכהער וועל איך ענטפערען פאר שלום משה אין יענקעלע.
א פאר שרייבערס זאגען איבער איינמאל אין נאכעמאל אז איך בין א זאלי, איך בין דרייניץ, איך בין דער אדער יענער.
קודם , איז דאס שקר. און אפילו איינער וועט נאך טראכטן אז זיי זענען גערעכט, איז וואס א נפקא מינא, דער עיקר איז אז וואס איך זאג איז אמת, אין די גמרא זאגט דאך אויף דעם, "קבל את האמת ממי שאמרו".
אויך איז דא טענות אז איך ריף זיי אן כאמאס.
קודם, צו ווערן אנגערופן "כאמאס" קען זיין א כבוד, ווייל דאס מיינט אז זיי זענען זיך גרייט מוסר נפש צו זיין, פאר וואס זיי האלטן פאר ריכטיג.
און אויב "כאמאס" איז א באשולדיגונג אז זיי זענען טעראריסטן, דען איז אויך דא זייער א גרויסע טשענס אז מיר אלע זאלן אזוי האלטן בקרוב. ווייל ביים רבי'ן האט גענימען 20 לאנגע יארען פאר אינז איינציזעהן, אז ער איז ארים גענימען מיט א שוידערליכע קליקע, וואס מיינען נאר זייערע אייגענע אינטערעסען. און דא זעהט נישט אויס אסאך בעסער.
און ווי לאנג וועט עס דא נעמען איינציזעהן, אז דער רב איז אויך ארים גענימען מיט א ווילדע אום פאראנטווארטליכע קליקע, אין יועצים, וואס מיינען בכלל נישט דעם רב'ס טובה, נאר זייער אייגענע אינטערעסען?
אין כדי צי ווייזען עפעס א געווינס פאר די שארט טורם, טיען זיי פאטאל ריזיקירען מיט די לאנג טורם.
אין צים סוף וועלן מיר נאך ביטער חרטה האבן פארן חרוב מאכן די לאנג טורם הצלחה פונעם רב.
וועט עס אויך דא געדויערען 20 יאר?!
שלום משה, די פרעגסט:
"וואס האבן מיר גע'קענט באקימען אן גיין אין קארט????"
"זיי האבן דאך גארנישט געוואלט געבען!!"
בסך הכל האט מען פון אינז גארנישט צוגענומען, עספעשילי נישט אין די שארט טורם, וואס יא?
פראדלזון האט גענימען עדווענטידזש אויפן רבינס מצב, און געמאכט ר' ז"ל פאר רב אין ווילאמסבורג. נו לאז מיך דיך פרעגן האט מען געדארפט נעמען שנעלע ווילדע שריט און נאכדערצו אנגעפירט דרוך יצחק ראזענבערג וואס האט אן אלטע פייט מיט פראדלזון, און האט זיינע אייגענע נגיעות? ווייל ער האט די געלט?! וואלט נישט בעסער געווען ווען מען מאכט א וועד פון קליגע מענטשן וואס האבן נישט קיין קאנפליקט אוו אינטערעסט, און מען פלאנט אויף די לאנג טורם (איזה חכם הרואה את הנולד) הצלחה פינעם רב?
ווען מען גייט נישט אין קארט:
וואלט מען נישט געוועהן אזוי קלאר ארויס געווארפען פין אלעם סאטמאר אין וויליאמסבורג, אזוי ווי יעצט נאכען קארט דיסידזשען.
אין אינז וואלט מיר זיכער געהאט מער, ווייל מען וואלט געקענט מאכען מיט זיי עפעס א ממשותדיגע פשרה.
אזוי ווי מען זעהט ביי די ערשטע וואלען וואס זיי האבען פראקלעמירט אין תשס"א, האבען מיר געהאט פארהאנדלונגען מיט זיי, אין זיי זענען געוועהן רעדי אינז עפעס צו געבען דא, אויב מיר געבען זיי עפעס אין מאנרא, פארוואס האמיר נישט מסכים געוועהן?!
אז מען ציטיילט א ביזנעס, דארף מען געבען דא אין נעמען דארט, מה כל הרעש, וואלט מען זיי ווען עפעס געגעבען אין מאנרא, איז וואס, אינז האמיר דאך געניג אין נאך פראפערטיעס דארט.
אין דעמאלסט וואלטען מיר שוין דא געהאלטען היינט זייער ווייט.
אויך האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען:
דאס איז דאך א יעדער מודה, אז מיר האמיר זיי איינגעפאקט אין די לינקע קעשענע ווען עס איז געקימען צו אן עולם, נו פארוואס זעמיר נישט מיט געגאנגען מיט זייערע וואלען? מיר וואלטען זיי דאך זיכער דעמאלישד אין לענדסלייד!
נו פארוואס טאקע נישט: איך פארשטיי, ווייל זיי האבען נישט געוואלט נאכגעבען אפילו איין אינטש, אין נישט געוואלט זיין אינטער געווארפען אינטער זייערע אנגעפירטע וואלען אפילו פאר א קורצע צייט.
אינז וואלט מיר גאנץ זיכער געקענט אריין שטעלען אינזערער מענטשען, צו מאכען זיכער אז עס איז יושר'דיג
נו, וואס האבען מיר יעצט? תפסת מרובה לא תפסת!
אין אזוי איז דא נאך כמה וכמה ביישפילען ווי אינז האמיר אסאך מער פארלוירען מיטען גיין אין קארט, אין נאכען זיין זייער אגרעסיוו דארט, ווי ווען אינז גיי מיר בכלל בכלל נישט אריין.
אבער אויב שוין יא גיין אין קארט האט מען דאך געדארפט מאכן א געהעריגע פלאן, ווי ווייט וועלן מיר גיין? וואס דארפן מיר געווינען? (סיי אין די קארט און סיי אין די פאבליק אפיניען, פון אינז און פון די וועלט) וואס דארפן מיר פארלירן אויפצוהערן מיטן קארט? (סיי אין די קארט און סיי אין די פאבליק אפיניען, פון אינז און פון די וועלט)
נישט ווערן אריינגעשלעפט טיפער און טיפער און נאך מיט שלעפן אינז אלע. און נאכדעצו ביי די אנשי בליעל וואס לאכן פון אינז און האבן זייערע אייגענע אינטערעסן.
אן גיין אין קארט וואלטן מיר געשטאנען אסאך בעסער, ר' ז"ל וואלט קיינמאל נישט געהאט די מענטשן וואס ער האט יעצט.
שטעלט אייך פאר אויב מען וואלט גע'עצה'ט דעם רב און מען וואלט אנגענומען אז ר' ז"ל איז רב אין ווילאמסבורג, וואלטן דאך די אלע שונאים פונעם רב דווקא נישט געווארן ר' ז"ל חסידים, און מיר וואלטן ווען געשטאנען אסאך בעסער יעצט און אוודאי און אוודאי לאחר מאה ועשרים פונעם רבין שליט"א. און מיר וואלטן ווען געווען ממש פארזיכערט אז דער רב זאל זיין די גאנצער ממלא מקום.
אבער אזוי ווי מיר האבן זיי געפייט און געפייט האבן זיי געשפראצט ווי די צפרדעה, וואס מער מיר האבן געשלאגן אלס מער זענען זיי געוואקסן. און די בעסטע וואס מיר קענען נאך האפן, אפילו לאחר מאה ועשרים פונעם רבין שליט"א, איז נאר למחצה לשליש ולרביע.
נאך פרעגסטו:
"מען האט דאך זיי געריפן צי דין תורה אין זיי האבן דאך נישט געוואלט קימען???!!!!"
לאמיר זיך נישט נארען, יעדער האט זייער גיט געוויסט אז זיי וואלטען קיינמאל נישט געגאנגען צי אינזער אויס געקליבענעם בי"ד, אין מען האט אויך געוויסט אז זיי גייען אויס וועלען אן אנדערע בי"ד אלס תובע.
נו אויב אזוי וואס איז געוועהן אינזער חשבון:
די גאנצע הזמנה לבי"ד איז נאר געוועהן א שפיעל אין א הכנה פין י. ר"ב צי גיין אין קארט.
ווייל צי א בי"ד האט ער דאך נישט געוואלט גיין, ווייל דארט מאכט מען דאך פשרות, אין ער האט געוולט האבען אלעס . וואס ער האט געהאפט צו באקימען אין קארט.
מען וואלט זייער רואיג געקענט גיין צו איינע פין זייערע בתי דינים, מען וואלט פין זיי אסאך מער ווען ארויס באקימען ווי פין קארט. צי בייעסד פאר זיי וואלטען זיי נישט געקענט זיין, ווייל די גאנצע וועלט וואלט אהין געצילט די אויגען.
אין איצטערט צי יענקעלע:
קודם א גרויסען דאנק פארען מיך אויף נעמען אלס ראש הקהל, איך בין זייער האנארד.
די פרעגסט:
"לאמיר הערן דיין פלאטפארמע, וואס פאר א טשענדזשעס וואלסטו געארדערט אין קהל?"
"לייג פאר דיין בלאפרינט פאר א דויערהאפטיגער שלום, וואס וואלסטו גלייך נאכגעגעבן?"
די ערשטע זאך וואלט איך מסלק געווען די אלע וואס האבן אן אייגענע נגיעה, אדער וואס זייער נגיעה איז עפעס אנדערש ווי דעם רב'ס לאנג טורם הצלחה. ווי למשל יצחק ראזענבערג וכת דילאי, אין ש. ווידער, וואס דורך זייערע ווילדע אים פאראנטווארטליכע שריט, ווי פריער דערמאנט, האבען זיי אינז גיט אין דער ערד געלייגט.
אין וועגען זיי זעמיר היינט דאס ליצנות אין די וועלט , אין ביי יעדען חדר יוגעל,
א ביישפיל קען מען נעמען דעם א' שמות, אינז זאג מיר ער טאקע איבער איינמאל אין נאכעמאל, אבער אלס ווערט דאס נאר א גרעסערער דזשויק.
איך וואלט תיכף געלייגט א האלד אויף די קארטס, (נישט מוותר זיין אויף אונזערע רעכטן, נאר אז מען זאל דאס קענען צירוק עפענען אויב עס וועט אויספעלן), און אנגעהויבן צו בויען פאזיטיוו אויפן שטערקסטן טעמפא, און ניטעמאל געקוקט אויף זייער זייט. נייע פראדזשעקטס, נייע איידיעס, בויען און בויען, און יורוק ציען צו אינז די מענטשען, אז מיר זאלן האבן וואס מער און מער פונעם גאנצן עולם וואס נאר מעגליך, אזוי קען מען האבן די בעסטע שאנסן אז מיר זאלן זיין אין א גוטע פאזיציע לאחר מאה ועשרים פונעם רבין שליט"א.
"וואס ביסטו גרייט צו פארהאנדלען?"
איך וואלט געטוהן די אויבן דערמאנטע, און פראבירט צו פארהאנדלען וואס נאר מעגליך. און אז זיי וואלטן געזעהן אז מיר זענען גרייט צו טוהן די אויבנדערמאנטע, וואלטן זיי מן הסתם עפעס נאכגעגעבן. אבער אפילו ווען נישט, וואלט איך נאך אלץ נישט געטוהן ווייטער וואס מיר האבן געטוהן ביז יעצט. איינס ווייל דאס לייגט אינז נאר אין דער ערד, און צווייט, ווייל דאס הארגעט אונז אין די לאנג ראן.
"און איז דא עפעס וואס דו וואלסט בשום אופן נישט נאכגעגעבן?"
רעכן מיר אויס אלע זאכן וואס די מיינסט, וועל איך דיר זאגן וואס יא, און וואס נישט.
אין נאכדעם, פראקלאמירט מען א שלום:
עס איז צוויי קהילות וואס גייען אין די זעלבע שיטה, אין מען קען ווייטער ארבעטען ציזאמען אקעגען די פירצות הדור, אין מרחיב זיין די גבולי הקדושה.
אזוי ווי למשל, פאפע מיט וויען!
תוקן על ידי - ניו_יארק - 13/01/2006 21:32:56
נויארק
קודם וויל איך דיר זאגען מיין מיינונג אז די ביסט יא א זאלי אין אויך זייער מעגליך אז די ביסט יא דרייניץ, אין מעגסט דאס אננעמען אלס א קאמפלימענט ווייל מיט דיר איז כאטש דא מיט וועמען צי רעדען, אין מיט דיינע אנדערע קאלעגעס קען מען נאר רעדען ביז ווען זיי הייבען אהן צי שעלטען אויסער איינער...... וואס קען אויך זיין אז דאס איז דיין דריטער ניק
די שרייבסט און ווי לאנג וועט עס דא נעמען איינציזעהן, אז דער רב איז אויך ארים גענימען מיט א ווילדע אום פאראנטווארטליכע קליקע, אין יועצים, וואס מיינען בכלל נישט דעם רב'ס טובה, נאר זייער אייגענע אינטערעסען?
איך פארשטיי דיך נישט, איז נישט דע זאלי פלאטפארמע אז דער סאטמערער עולם איז גיט, נאר זייער רב טויג נישט
...ווייל ער איז א איידעם אין וויזניץ אין וועט אויסשמאדען גאנץ סאטמער
...ווייל ער איז א עכטער מנהיג, ת"ח, אין א עובד מנעיריו אין פאקט איין ר' (שיער פארגעסען)ז"ל אין זיין לינקע קעשענע
...ווייל ער קיקט נאר אויף ''''''''''''
...ווייל ער האט אלע יארען גערוידעפט די בני יואל
...ווייל ער האט די סקול דיסטריקט
נאך איין קשיא פארוואס שרייבסטי אין אישית אז מען זאל נישט שרייבען אויף אינזער פארום, אין די מעגסט יא?
איך בעהט דיך ענטפער מיר נישט ווי א אהרוני, נאר ווי א קליגער זאלי
תוקן על ידי - 13Hooper - 13/01/2006 22:55:23
רבותי, נאכן איבערליינען דאס ארטיקל פון אונזער באליבטן ניו_יורק מיז איך מודה זיין אז ער שרייבט אמת, ער איז "נישט" דרייניץ, דרייניץ איז פיל קלוגער, דער ניו_יורק איז א פאלנער לונעטיק, א צוריק געבליבענער זאלי, וואס האט נאר געוואלט אביסל אויף הייטערן זיין צושאסענעם בעל הבית, און פילייכט באקומען א שטיקל רעיס,
יא, כאמאס האבן זיך אריין געכאפט צעווישן אנ"ש, לאו דוקא אנ"ש, ווייל דאס האט באנקראטירט, נאר צעווישן דעם ממלא מקום "כל העולם כולו", און לאו דוקא אריינגעכאפט, נאר זיך פרובירט אריין צו כאפן אינטער א פארשטעלטן שלייער מיט א נייעם ניק, נאר ליידער האט מען עם גלייך דערווישט און אויף געדעקט זיים ריכטיגן פרצוף...
יעצט צום ענין, איך האב דיך געפרעגט וואס דו וואלסט פארגעשלאגן אלץ נייער ראש הקהל, וואס זענען דיינע פלענער, קומסטו מיט א נארישן ענטפער, דו וואלסט די ערשטע זאך מסלק געווען רבי יצחק ראזענבערג שליט"א וואס האט א נגיעה ווייל ער איז ציקריגט מיט משה גבאי, עפעס כאפסטו נישט, דו ביסט ראש הקהל, יצחק איז שוין געפלויגן, שמואל וויעדער עקזעסטירט נישט, ס'איז דא איין בעל הבית, אונזער באליבטער ניו_יורק, איז דער איינשטימיגער ראש הקהל, ועל פיו ישק, נו, וואס וואלסטו יא, געטוהן צו ראטעווען כבוד בית סאטמאר, אז די מוסדות הקדושים, וואס דער רבי זי"ע האט אויף געבויט בדם לבבו, זאל נישט אריין פאלן אין די הענט פון די אנשי דלא מעלי, די ריקים ופוחזים, וואס פאר זייער אייגענע קאפריזן זענען זיי גרייט אלעס צו ציברעכן, זענען מבזה דעם רבין, מבזה די לאנג יעריגע ראשי הקהלה, און כאפן זיך ארום מיט אלע אויסגעשפראכענע שונאים פון סאטמאר בכלל און פון רבי'ן בפרט, נו, וויאזוי וואסטו געראטעוועט דעם מצב,
ניו_יורק, קודם פאר אלעם דארפסטו האבן א יסוד צו די מחלוקה, דאן וואלסטו נישט אנגעטראגן אזעלעכע נארישע און לעכעליכע פלאנען, סאטמאר איז נישט קיין אייגענע אייגענטום, ס'איז נישט א אייגענע פארמעגן, עס באלאנגט נישט צו משה גבאי, נישט צו אשר מיילך, נישט צו אברהם בערל יאקאבאוויטש, און אפילו נישט צום רבי שליט"א, סאטמאר באלאנגט צום ציבור, און די ערוועלטע ראשי הקהלה זענען די ממונים אכט צו געבן אויף דעם רכוש, על כן איז לעכערליך צו פארלאנגען צו מאכן א חלוקה, און צו זאגן לאמיר פרובירן זען וואס "מיר" קענען באקומען, יצחק ראזענבערג איז נישט אייביג געווען א שונא פאר משה גבאי, רבי בערל פריעדמאן איז נישט אלץ געווען א שונא פאר משה גבאי, און אפילו דער רב רבי אהרן שליט"א איז נישט אלץ געווען א שונא פאר משה גבאי, נאר ווען די ערליכע שליחי ציבור, די ערליכע ראשי הקהלה האבן זיך נישט געוואלט לאזן פירן פון דעם טעראריסט משה גבאי, זיי האבן נישט געהאלטן ביים זיין PARTY TO THE CRIME, זיי האבן נישט געוואלט זיין שותפים צו די דאזיגע פארברעך, דאן זענען זיי געווארן שונאים, אבער נישט פאר אייגענע נגיעות, להיפוך, ווען וואלטן זיי זיך צו געשטעלט צו דעם רויבער משה, וואלטן זיי זיכער בעסער געפארן, זיי וואלטן געהאט כבוד און געלט, אבער זיי זענען דאך ערליכע פרנסים על הציבור, און זיי האבן אוועק געלייגט "זייערע אייגענע נגיעות" פארן טובת הציבור וטובת הכלל, על כן איז נישט שייך צו רעדן פון חלוקה. אויף דיין פארמעגן קענסטו מוותר זיין, אויף דיין פארמעגן קענסטו מאכן א חשבון לאמיך כאטשיג ראטעווען וויפיל איך קען, אבער נישט ביי נכסי הציבור,
טאמער נעמסטו דיר אריין אין קאפ דעם יסוד, וועט לכאורה זיין פארענטפערט דיינע אלע קשיות,די אלע שריט וואס די טייערע חשובע ראשי הקהלה האבן גענומען, זענען זיי געווען מחוייב צונעמען בתורת פרנסי הציבור, אויב וואלטן זיי אנדערשט געטוהן וואלט דאס געווען א פשיעה גמורה, זייער אויפגאבע איז געווען צו ראטעוען די מוסדות און צו ראטעווען כבוד בית סאטמאר, און אויב ביסטו געווען אויף דעם עולם די לעצטע פאר יאר, וואלסטו געזען אז כבוד בית סאטמאר איז געראטעוועט געווארן, און בעזר השם וועלן די נכסים אויך געראטעוועט ווערן,
אויב ביסטו טאקע א אהרוני ווי די פרובירסט אונז איינצורעדן, דאן וואלסטו שטאלץ געווען מיט רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, וואס אינטער זיין אויפזיכט, וואקסט כבוד בית סאטמאר ביתר שאת וביתר עוז, כבוד בית סאטמאר בנשיאות כ"ק גאב"ד קרית יואל שליט"א, וואקסט ב"ה מידי יום ביומו, ופקע שמיה בכל העולם כולו, די חברי הבית דין צדק בירושלים, זענען שטאלץ מיט אונזער רב שליט"א, עס גייט נישט אדורך א וואך, זיי זאלן נישט רעדן צו עם איבער דברים העומדים על הפרק, יא, דיין סאטמאר איז טאקע צוגרינגד געגאנגען, דיין סאטמאר האט באנקראטירט, אבער נישט דער עכטער סאטמאר, דער עכטער סאטמאר בליהט, דער עכטער סאטמאר גאלאפירט מיט א שנעלן טעמפא, מיר הערן ב"ה תקיעת שופר דרשות, מיר הערן כל נדרי דרשות, טייערע טישן מתובל מיט דברי אלקים חיים, וואס כל השומעים באלעקן זיך די פינגער, מיר הערן חנוכה תורות, שובבי"ם תורות, פורים תורות, טייערע ווארעמע הקפות, פון צייט צו צייט איז דא א שבת התוועדות וואס ברענגט אריין א רוח חיים צו די עצמות היבשות, א געדאווענעכטס מיטן רב א סתם שבת ווען ער קומט דא קיין בארא פארק גיט אריין א חיות דקדושה, און האט א השפעה אויף א גאנץ יאר, יא, דאס איז סאטמאר, און די דאזיגע סאטמאר שטייגט טאג טעגליך.
יא, איך פארשטיי, עטץ זאלוניס האט דאס נישט, עטץ זענטס פוחת והולך, שטעלטס אייך פאר גאנצע צוויי חדשים אלול און תשרי, וואס ביים גאנצן יהדות החרדית ביי יעדע קהילה הערט מען כסדר דרשות און מוסר, תקיעת שופר און כל נדרי דרשות, און דיין רב האט קיין איין אידיש ווארט נישט ארויסגעזאגט, יא, איך פארשטיי דעם נארישן תירוץ, אז ווי לאנג דער טאטע לעבט וויל ער נישט זאגן תורה באתריה דמר, (טאנצן הקפות מעג מען יא באתרי דמר?), נעבעך נעבעך, נישטא ווער זאל לאכן, וויאזוי שרייבסטו, "מיר זענען די גרעסטע ליצנות אין די וועלט" יא, ניו_יורק, די מיט דיינע נארישע זאלונים זענען די גרעסטע ליצנות אין די וועלט, יעדער לאכט פון ענק, מען האט א רב א שטריק, וואס האט אויפגעהערט צו פירן באטעס ווייל קיינער איז נישט געקומען, שלש סעודות ביי זיין טיש איז דא מאקסימום 100-150 מענטשן, ווען אין הופפער סטריט ביי הרה"צ מאנטווערפן שליט"א זיצן קנאפע 500 אידן ביי שלש סעודות, קיינער, קיינער לאכט נישט פון אונזער סאטמאר, אונזער סאטמאר איז ב"ה מוסיף והולך, פון ענקער סאטמאר לאכט מען.
יא, דער רבי יצחק ראזענבערג מיט זיינע אייגענע נגיעות, האט אויף געבויט א בית המדרש לשם ולתפארת, ער האט געבויט די 5 ישיבות ווי מען רופט זיי די חמושי חומשי תורה, א שטאלץ פאר סאטמאר, דער רבי יצחק ראזנבערג שליט"א מיט זיינע נגיעות האלט אין איין בויען פאר סאטמאר, און סאטמאר איז שטאלץ צו האבן אזא ראש הקהל ווי רבי יצחק ראזענבערג, און מיר אלע חסידי סאטמאר וואונטשן עם שיאריך ימים על ממלכתו, ושירומם קרן סאטמאר עד ביאת גואלינו במהרה בימינו אמן.
יענקל געב א בליק ווי אזוי דרייניץ שרייבט לעצטנס און זאג נאך אמאל אז ניו יארק איז נישט דרייניץ דא האסטו וואס דרייניץ שרייבט
(בני ברק, whats next?
16:26 נשלח ב 15/1/2006 DRYNITZ
ברוך השם דער אייבערשטער האט געהאלפען אז די נכסי ציבור פון קהל יטב לב אין בני ברק איז געראטעוועט געווארען אז עס זאל נישט אריינפאלען אונטער די שמוציגע נעגעל פון די כת הולכי בערכאות, מבזי ת"ח, שופכים דם כמים פון אידישע קינדער במשך קרוב צו צוויי צענדליג יאר, וכו'. עס איז א גרויסע שמחה ביי שלומי אמוני ישראל, אז די געלט און בלוט וואס דער היימישער ציבור האט אריינגעלייגט אין מוסדות יטב לב (איידער דער זעלביגער וואס שרייט כסדר אז סאטמאר מוז בלייבען איינס האט צובראכען אויף א בייזוויליגען אופן מוסדות יטב לב באה"ק, איבערגעלאזט די אלטע הנהלה מיט מיליאנען אין חובות און פרובירט פשוט איבערצונעמען די בנינים אן די חובות) איז נישט געגאנגען לטמיון און נישט געווארען א חלק פון די מרכבת הטומאה פון דעם יעניגען וואס וועט געדענקט ווערען עד ביאת משיח לחרפות ולדראון עולם אלץ א "פארפירער" וואס האט געטראטען אויף די תורה וכל הקדוש לנו בפומבי אלעס פאר איין ציהל, אני ואפסי, לי הכסף ולי הכבוד און פאר קיינעם אנדערש נישט.
ליידער אבער פון די אנדערע זייט איז מקויים געווארען די נביאות וואס חז"ל האבען פאראויסגעזאגט אויף עקבתא דמשיחא, עס איז געווארען חוצפא יסגי וכל המסתעף און דער בן מורד באביו, כאבשלום בשעתו, האט מצליח געווען אז א מערהייט פונעם ציבור אין בני ברק שטיצען די נידערטרעכטיגע מרידה אין כ"ק הגה"ק מרן רבינו שליט"א און זיי זענען נספח, טייל ביודעים און טייל בלא יודעים, צו די נידעריגע כת אנגעפיהרט דורך ר' אהרן.
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערען פונעם עולם ווי אזוי זיי שאצען אפ וואס דא וועט געשעהן ווייטער. די צד פון שלומי אמוני ישראל האט געוויסע עדווענטעדזשעס און די כת ה"פארפירער" האבען געוויסע עדווענטעדזשעס, ווי אזוי וועט זיך די זאך אויסשפיהלען און ווי אזוי וועט סאטמאר בני ברק אויסזעהן אין א יאר ארום?
אזוי ווי איך בין אן אמעריקאנער און נישט באקאנט אין די פונקטליכע פרטים, וואלט געווען ראטזאם אז איינער פון די א"י גולשים זאל מסביר זיין קלאר די מציאות -נאר פאקטען, נישט קיין האפענונגען- און אזוי וועט דער עולם דאס קענען אנאליזירען.)
על הראשון ראשון, ועל האחרון אחרון.
13הופער:
איך האב בכלל נישט גערעדט פין וואס די זאליס טראכטען אדער רעדען, עס אינטערסירט מיך נישט.
אין וועגן די אישית פין וואס די רעדסט, די ווייסט אליינס אז עס איז שקר. ווארהייט האט שוין אויף גיוויזען, ווי גרינג עס איז צו פעלשען א אישית. אין בכלל רעד איך דא אפען, נישט אין אישית.
אלעס אמת:
ביסט גערעכט מיט מענטשען, מיט ק"י בינינים, מיט נייע ישיבות, מיט בוטשער, וכו.
אבער מיט די ב"פ בנינים בין איך נישט אזוי זיכער.
מיט ווימס"ב, איז לויט ווי די קארטס האלטען יעצט, האבען מיר גאר א קליינע טשענס.
ב"ב ווייסט מען יעצט קלאר, אז זיי האבען אלעס ליגעלי.
אין אז מען דארף זיך ווייטער בויען, נו, דאס זאג איך דאך טאקע.
ארענדאר:
עס איז א פרייע לאנד, יעדער מעג האלטען ווי אזוי ער וויל.
דאס מאכט נאך נישט אבער אנדערש דעם מציאות.
NYPD:
אזוי ווי איך בין נישט דרייניץ, איז פארשטייט זיך אז איך שרייב נישט אזוי ווי אים.
נו, דאס וואס די זאליס רייסען זיך ביי די קעפ, דאס איז זייער גיט פאר אינז. אין בין מסכים.
אמת, ביי אינז איז דא אחדות. אבער דאס מיינט נישט, אז מיר טארען נישט ארויס רעדען, וואס מיר האלטען פאר נישט אויס געהאלטען. דא איז נישט קאמאניסטיש.
יענקעלע:
קודם א ישר כח פארען אויף ווייזען אז איך בין נישט דרייניץ. עס באדערט מיך טאקע ווען זיין שאטען לויפט מיר נאך.
עס איז טאקע אמת אז די זאליס זענען פאלנע לונעטיקס אין צירוק געבליבען, אבער ב"ה אז איך בין נישט מיט זיי.
איך האלט נישט אז די ווילסט איך זאל דאס אויף ווייזען מיטען זיך נעמען זיי שעלטען יעצט. איך בין נישט פין דעם סארט וואס שעלטען.
אין אז די זאגסט אז איך בין א זאלי, האסטו בכלל נישט אויף געדעקט מיין פרצוף.
צי איבער זאגען נאכעמאל חלומות, אז מיר האבען אלעס, אין אז אלעס באלאנגט פאר אינז, אין זיי טארן גארנישט באקימען, מיט דעם וועסטו אנקימען טאקע דארט ווי מיר האלטען טאקע יעצט.
ווייל דאס טיען מיר שוין 7 יאר.
איך זאג עס נאכעמאל: די איינציגע וועג פין זיי עפעס צירוק צו נעמען יעצט, איז נאר מיט פארהאנדלונגען.
אלעס וואס די זאגסט ווי גיט מיר שטייען, אין ווי שלעכט זיי שטייען, דאס ווייס איך אויך.
די פאקט איז נאר, אז ווען עס קימט צו בילדינגס, דארף מען צו זיי אנקימען.
אין דאס איז פינקטלעך וואס ר' יצחק וויל נישט טין.
אין אויב גייט ער אזוי ווייטער אן, קענסטו דיך שוין געזעגענען, פין אלעם וואס זיי האבען יעצט אינטער זייער קאנטראל!
אין דאס וואס ער בויעט, דאס הייסט טאקע פאזיטיוו, אזוי קימט מען ערגעץ אן.
געדענק אבער אויך, אז זיי שטייען טאקע שלעכט, אבער מיט א ישיבה פארמעסטען זיי זיך מיט אינז, אין דאס זעלבע מיט די ישיבה קטנות, אין מיט קינדער.
אין זיי פילען אויך אן א נייעם ביהמ"ד ביי א כ"א כיסליו.
עס איז אלס גיט צו וויסען פינקטלעך ווי דער שונא האלט, ווייל אז נישט ווערט מען געכאפט אין ריזיקאלישע סורפרייזעס.
אין וועגן דעם טאקע ברענג איך דאס דא אויבען אויבער פלאך.
איך פארשטיי אז עס איז זייער שווער צו הערען פין אן אייגענעם, דאס וואס דער שונא שרייט שוין אזוי לאנג, אבער אז מען וויל עפעס אויף טין באמת, דארף מען קיקען דעם אמת אין פנים אריין, אפילו עס ציפט געפערליך.
אלעס אמת:
ווי אזוי פינקטלעך ווייסטו אז איך בין דרייניץ, פין זיין תגובה?!
תוקן על ידי - ניו_יארק - 15/01/2006 19:40:56
ניו יארק איך לייג איבער מיין תגובה פון פריער ווייל איך האלט ווייטער אזוי
ניו יארק קוידם האלט איך קלאר אז די ביזט א זאלי אזוי ווי 13hooper האט געזאגט
יעצט צום פוינט
לאמער זען ווי שלעכט די ארוינים האלטן ווען ר' יצחק רויזענבערג האט די זאך אין זיין הענט
מענטשן איז דא ב"ה געניג
ק"י איז אלע בנינים ב"ה פארזיכערט פאר די ארוינים און ס'וועט אי"ה אזוי זיין ווייטער
ב"פ איז אלע בנינים ב"ה פארזיכערט פאר די ארוינים און ס'וועט אי"ה אזוי זיין ווייטער
ב"ב איז אלע בנינים ב"ה פארזיכערט פאר די ארוינים און ס'וועט אי"ה אזוי זיין ווייטער
וומ"ס איז אלע אלטע בנינים דא א 50% טשענס פאר די ארוינים און 50% טשענס פאר די זאלוינים
און מ'האט שוין ג'בויט אסך נייע בתי מדרשים נייע ישיבה נייע בית רחל נייע פלייש געשעפט און אסך נייע זאכן אלעס מיט ר' יצחק רויזענבערג
ירושלים איז אלע אלטע בנינים פאר די זאלוינים
און די ארוינים בויען נייע בנינים א דאנק ר' יצחק רויזענבערג א כולל איז שוין דא ב"ה אין אזוי גייט מען בויען ווייטער אי"ה
יעצט ווי שלעכט הייסט דאס???????????
ניו_יארק
ניין, דו ביסט נישט דרייניץ, דרייניץ האט געווענדלעך פארשטאנען וואס מען רעדט צו עם, נאר ער באלד אנגעהויבן צו שרייבן הוידל-בוידל, צו פארדרייען דעם נושא, דו, ווידערום, הייבסט נישט אן צו פארשטיין וואס מען רעדט צו דיר, דאס קומט פונעם פאקט אז דער זאלוני מוח איז פשוט פארדזשאווערט, ס'איז שוין לאנג נישט גענוצט געווארן,
ווי האסטו געזען אז איך שרייב אז מיר האבן אלעס, מפורש ניין, אין וויליאמסבורג האבן מיר נאכנישט געווינען גארנישט, אבער איך האב קלאר געשריבן אז דאס איז נישט א אייגענע ביזנעס וואס די שותפים האבן זיך צוטיילט און מען מאכט א חלוקה, דא איז דא א בעל הבית וואס הייסט "קהל יטב לב דסאטמאר" און אפאר רויבערס פראבירן צו גנב'ענען די נכסים, און די ערליכע שומרים די ערליכע פרנסי ציבור, די ערליכע ראשי הקהלה, דארפן צוטוהן מה שביכלתם, צו ראטעווען די דאזיגע נכסים, זיי האבן נישט קיין רעכט מוותר צוזיין אויף קיין שום חלק, (יא, ווי גלייך דער טפש ניו_יארק מיינט עכט, אז מיט די זאלונים קעם מען פארהאנדלען...).
מיר פייטן נאר אויף עצים ואבנים, און אויב פארלירן מיר דאס, האבן מיר פארלוירן דעם דומם עצים ואבנים, אבער מיר בלייבן נאך מיט א רב א גאון עולם, א רב א צדיק אמת, א רב מנהיג אמיתי, א רב וואס האט סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, א רב וואס דער רבי שליט"א (בעפאר ער איז גענצלעך געזונט געווארן) האט כסדר שטאלצירט מיט עם, א רב וואס לויט דברי רבינו שליט"א "קאן נישט זאגן קיין ליגענט", א רב וואס טוישט נישט די תורה הקדושה לויט וויאזוי זיין גיסטע פארלאנגט, יא, מיט אזא רב בלייבן מיר, דאס קאן דער געריכט פון אונז נישט צונעמען, אבער טאמער פארלירן די זאלונים, דאן בלייבן זיי "יא" מיט זייער עץ ואבן, מיט זייער דומם וואס קען זיך נעבעך נישט עפענען דאס מויל מיט א אידיש ווארט.
ניו_יארק, אויב פארלירן מיר דאס געריכט, דאן וועלן מיר כאטשיג נישט פילן קיין שולד פארן נישט פראבירן, מיר וועלן מיט שטאלץ קענען זאגן "ידינו לא שפכו את הדם הזה" ווייל ווי פלעגט דער רבי זי"ע כסדר זאגן, מען דארף נישט געווינען מען דארף נאר פראבירן, און ב"ה רבי יצחק ראזענבערג שליט"א פראבירט זייער שטארק, און מיט דיין שרייבן אז אין געריכט "האבן מיר א גאר קליינעם טשענס" האסטו אויפגעדעקט דיין אמת'ן פרצוף, ווייל לויט אלע יודעי דבר האבן מיר עטליסט א 50% טשענס,
ניו_יארק, מיינסט טאקע ערענסט אז זיי פארמעסטן זיך מיט אונזער ישיבה, און דו ביסט נישט א פאלנער צוריק געבליבענער זאלוני, הא?, זאג נאר, וויפיל פון זייערע 450בחורים זענען ר' זלמן לייב'ס חסידים, בין הזמנים האב איך אליין געזען צענדליגע קווינס בחורים לערנען אין הופפער סטריט, דעם ווינטער זענען 6 קווינסער בחורים חתנים געווארן ביי הייסע אהרונים, ווייל... יא, זיי זענען אהרונים..., יא, זיי האבן טאקען 450 בחורים ווייל דער שכר לימוד איז דארט העלפט ווי אין קרית יואל, (ווייל מען שלאפט נישט דארט און מען איז נישט דארט שבת) און מאנכע טאטעס וואס זענען נישט ביכולת צו צאלען די הויעכע שכר לימוד אין קרית יואל, האבן זיך איבערגעצייגט אז מען קען לערנען אין קווינס און נאך אלץ זיין א נארמאלער אהרוני, ניו_יארק, וויפיל בחורים האבן די זאלוניס פון די ישיבה קטנה ביז נאך ישיבה גדולה, הא?, צא ובדוק, וועסטו געוואר ווערן אז די אהרוניס האבן פון ישיבה קטנה (בערך פון 14 יאר) ביז נאך די ישיבה גדולה (צוזאמען מיט די חמושי חומשי תורה ישיבות) היפש מער ווי דאפעלט פון די זאלונים, און 99.9% פון די אלע בחורים זענען געשווירענע חסידים פונעם רב, אלזא זיי מסביר וויאזוי פאהערן זיי זיך מיט אונז מיט זייער ישיבה, הא????.
זעסט ניו_יארק, מיט יעדע ווארט ווייזטו אלץ ארויס דיין אמת'ן זאלונישן פרצוף, דו שרייבסט אז זיי פולן אויך אן א בית המדרש כ"א כסליו, ניו_יארק, TOO BAD אז דו ביסט נישט געווען אין קרית יואל דעם לעצטן כ"א כסליו, וואס כאטש עס איז געווען באדייטענד א קלענערער עולם ווי פאריגע יארן ווייל מען האט עקסטער געמאכט א מסיבה מוצאי שבת בעפאר אין הופפער סטריט בהשתתפות כ"ק דער רב שליט"א, על כן איז א קלענערער עולם ארויס געפארן, עם כל זה איז געווען דאס בית המדרש מלא על כל גדותיו, צוזאמען געשטיפט אלפים ורבבות בלי שום גוזמא, און ארום דעם בית המדרש אויף די פארענטשעס זענען געווען טויזענטער בחורי חמד, המסתופפים בצל קדשו פונעם רב שליט"א, חסידים פונעם רב בלב ונפש, און דו גלייכסט דאס צו צו ענקער מסיבה אונעם טענט פונעם נייעם בית המדרש, ניו_יארק, זייענדיג א זאלוני פאר די לעצטע 6-7 יאר, האסטו נעבעך נישט קיין השגה וואס עס הייסט א עולם, ווען ס'קומען זיך צוזאם ביי ענק 7-800 הונדערט אידן צו אפילו 1000 אידן, ווערט איר שוין עקסיידעט, ניו_יארק זיסער, ביי אונזערע קלענערע מסיבות, ווי ביים דינער חול המועד פסח פאר ישיבה שערי תורה וכו' איז דא א גרעסערער עולם ווי איר האט געהאט ביי ענקערע כ"א כסליו מסיבה.
ווילסט באמת וויסן ווי דער שונא האלט, וועל איך דיר זאגן, זיי האלטן ביים באקן שקרים יעדע פאר מינוט, נאר כדי זיך צו טרייסטן, און אויב גלייבסטו נישט לייען וואס ניו_יארק שרייבט, א תגובה מלא שקרים וכזבים, דאן וועסטו זען וואס איך מיין, ער שרייבט:
ביסט גערעכט מיט מענטשען, מיט ק"י בינינים, מיט נייע ישיבות, מיט בוטשער, וכו.
אדער מיט די ב"פ בנינים בין איך נישט אזוי זיכער.
מיט ווימס"ב, איז לויט ווי די קארטס האלטען יעצט, האבען מיר גאר א "קליינע טשענס". נעבעך נעבעך!!!!
ב"ב ווייסט מען יעצט קלאר, אז "זיי האבען אלעס ליגעלי"., אזוי? מען ווייסט דאס קלאר? דו פאלנער שקרן!!!, מען ווייסט דאס קלאר אז דו ביסט א פאלנער זאלוני שקרן...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/01/2006 20:59:40
יא יא ניו יארק
ווען אלע ביי ענק וואלטן געוועהן אזוי נארמאל ווי די, וואלט ווען יודישקייט אויסגעזעהן אסאך בעסער.
ליידער זענען זיי אלע ווילדע מענטשען אזוי זייער ראשי הקהילה, אין וועגן דעם זייען זיי אזוי אויס
תוקן על ידי - קעניג - 15/01/2006 23:55:49
נעבך ניו יארק איז נישט א זאלי?
פארוואס האט ער געמכט א מיסטעג און גענפערט מיט זיין זאלי ניק קעניג?
חאפט אריין א וואטקע
ער האט עס שנעל אויס געמקט אבער זאלט עטס וויסען אז ער האט גהאט גענפערט מיט זיין ניק קעניג אזוי ער רעדט מיט זיין ניק ניו יארק
קעניג/ניו יארק איטס טא לעט
תוקן על ידי - שפיטצער06 - 15/01/2006 23:58:17
וואס האב איך מיט ניו יארק רב שפיטצער?
די האסט היינט אנגעטון דיינע ברילען?
די מאכסט גאנץ א גיטע פשטל, אין די ווילסט נאך אז איינער זאל דאס גלייבען, הא?!
גראדע שרייבט ניו יארק זייער גיט, ענטפער אים צו די אישאס.
פאר מיר אלס א זאלי, וואלט גארנישט אזוי גיט געוועהן, ווען איר נעמט אן זיינע פארשלאגען, איר וואלט ווען שוין טאקע געהאלטען אסאך ווייטער!
םאר דיינע אינטערעסען איז בעבער אז ניו יארק איז א זאלי, אין ווען די האסט געזעהן אז איך שרייב דא, האסטו דיך באלד ארויף געכאפט אויף מיר, אין שרייסט אז איך בין ניו יארק!
נייס טריי
תוקן על ידי - קעניג - 16/01/2006 0:06:21
איך האב עס אויך געזען ער האט נעבך גענטפערט מיט זיין ניק קעניג פאר ניו יארק שפיטצער06 האט עם געפאקט האט ער עס שנעל געמעקט הא הא נאכדעם האט ער דאס געשריבן
23:49 נשלח ב 15/1/2006 קעניג
יא יא ניו יארק
ווען אלע ביי ענק וואלטן געוועהן אזוי נארמאל ווי די, וואלט ווען יודישקייט אויסגעזעהן אסאך בעסער.
ליידער זענען זיי אלע ווילדע מענטשען אזוי זייער ראשי הקהילה, אין וועגן דעם זייען זיי אזוי אויס
תוקן על ידי - קעניג - 15/01/2006 23:55:49
קעניג/ניו יארק:
ווען עטס זאליס וואלטן ווייניגער ביזי געווען מיט די נארישע דורכגעפאלענע טריקס פון פאלשע אהרונישע פאשקעווילן און פאלשע אהרונישע ניקס, וואס קיין שום מענטש - אפילו איינער וואס האט א לאו איי קיו - רעדט זיך נישט איין אז ס'איז אמת, וואלט עטס שוין געשטאנען סאך ווייטער.
יא שפיטצער06 איז 100% גערעכט איך האב עס אליין געזען ניו יארק/קעניג טרעף א נייע ניק
ניו יארק דארף מען חוסם זיין נישט פאר'ן שפילן ווי אן אהרוני נאר פאר'ן האבן זייער א קליינע איי קיו.
ספעציעל יעצט אז יעדער ווייסט שוין אז ניו יארק און קעניג זענען איין מענטש, און יעדער האט געזען ווי ער האט געשריבן און שנעל געמעקט.
קעניג/ניו יארק
האסטו נישט געענטפערט פאר יענקל11 אז ב"פ און ב"ב זענען נישט ביי די ארוינים, און אים געפרעגט פון ווי ער ווייסט אז וומ"ס איז דא א 50%?
פאר דו האסט עס שנעל אויסגעמעקט און זיך גענומען צו רעדן ווי א זאלי.
ניו יארק/קעניג
סטאפ שוין מיט די ליגענט נעם דיך שרייבן געהעריג מיט דיין זאלי ניק יעדער ווייסט עני וועי די מיספארשטענדעניש וואס די האסט געהאט מיטן שרייבן מיטן ניק קעניג אנשטאט ניו יארק
אין יעצט צירוק צים ענין:
הערטס אויס, איך האב געהאט, לויט מיין מיינונג, א גיטע פלאן ווי אזוי עפעס מער אויף ציטון.
אבער איך זעה אז עס איז רבו עלי חבירי, אין רוב האלטען אז מיין פוינט איז נישט אויס געהאלטען, אין אסאך זענען נאך גאר געווארעהן ברוגז אויף מיר פארען אפילו ארויף ברענגען אזא פלאן, אזש ביזען מיך אנריפען א זאלי.
האב איך געטראכט אז אפשר איז מיין פלאן טאקע נישט גיט.
ווייל וואס קען דער בעסטער פלאן אויף טון, ווען עס האט נישט קיין צוהערערסץ
וועל איך מיך טאקע יעצט אפ לאזען דערפון, אין אז עס וועט מיר נאך עפעס בייפאלען, וועל איך עס מיטיילען מיט ענק.
אויב אן אנדערער האט עפעס א בעסערען פלאן, בכל הכבוד!
איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר
איין צורידערטער פערשוין מאכט א סטופיד אשכול אין יעדער קריגט זיך צו איז ער אן ארוני אדער א זאלי מיט א פאלשן ניק,
איגנארטס דעם צידרייטן,
איך האב אויסגעמעקט אלע תגובות וואס האבן פארדרייט די טעמע.
דער אשכול פאר זיך איז א לעגיטימע פראגע, כאטש ער איז פראוואקאטיוו. אבער עס איז פארפארן זייער שנעל אראפ פון די רעלסן (וואס עס איז מסתמא געווען די אמת'ע כוונה פונעם פותח האשכול), און זיך דערקייקלט צו א נארישע ויכוח.
יעדער איינער איז בארעכטיגט צו האבן וויפיל ניק'ס ער וויל, און שפילן וועלכע זייט ער וויל, ווי לאנג ער שפילט די נארמאלע כללים פונעם שפיל.
מ'בעט דעם חשוב'ן ציבור נישט זיך לאזן פארדרייען אראפ פון די רעלסן פון די וועלכע צילן אזוי צו סאבאטאזשירן דעם פארום. איך גלייב אז די טעמע וואס ניו יארק האט ארויפגעברענגט - נישט קיין חילוק מיט וועלכע ניק - איז זייער אינטערעסאנט צו דעבאטירן און הערן דערוועגן די מיינונג פונעם ציבור, אזוי ווי רוב פון די תגובות האבן באמת געוויזן דא.
און יעצט צוריק צו די דעבאטע.
ווי איך האב באמערקט, האב איך אויך באקומען די זכי' צו ווערן אריינגערעכנט צווישן די אנפירער פון קהלתינו הקדושה, דערצו נאך פון די עקסטרעמיסטן... שייך זיך דערלעבט... צו ווערן די פירער פון היידפארק פארומ'ס אריינגערעכנט ביי די זאליס/אהרונים-זאליס צווישן די קהילה פירער, אז זיי ערלויבן זיך אזוי צו טראכטן אויף מיר ?! ווייזט אויס אז יא...
לענינינו. על ראשון ראשון.
דו מאכסט א הנחה אז מיר מוזן האבן מוסדות אין וויליאמסבורג פון די 13 און אראפ, ווער זאגט אז מיר מוזן בכלל האבן מוסדות פאר יענע יארגענג ?
דערווייל שטייען מיר ב"ה אויסגעצייכנט מיט די פיר ישיבות, וועלכע זענען שוין - אויב דו ווייסט נישט - אריבערגעוואקסן די זאלי ישיבות אין וויליאמסבורג סיי בכמות און סיי באיכות, דאס איז שוין טראץ וואס מיר האבן נישט די ריזיגע מוסדות פון 13 און אראפ.
עס איז אמת אז עס איז פאראן חסרונות דערין, א געוואלד חסרונות, עס איז מיר ווייט נישט באטעמ'ט געווען צו הערן ווי מיין אינגל קומט אהיים מיט א שמחה כ"א כסליו, אז "די רב האט אזוי שיין געטאנצן", אבער ער וועט עס אויסוואקסן אי"ה... עס איז מיר נאך אלץ פיל וויכטיגער צו האבן געטרייע ראשי הקהילה וועלכע פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן צו באפרייען די געגזל'טע נכסי קהלתינו הקדושה.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 16/01/2006 15:08:51
בנוגע דיין "פארשלאג" פון זיך זעצן צום טיש פארהאנדלען, גלייב איך אז איך ברויך דיר נישט דערמאנען וויפיל מאל מען האט שוין פרובירט צו פארהאנדלען מיט די זאליס. אריינגערעכנט: 1) די זיצונג פון ר' אלישע הורוויץ מיט שאול פערלשטיין ווינטער תש"ס. 2) דער באזוך פון ר' זלמן לייב ביים רב שליט"א נאך שבועות תש"ס. 3) דער זיצונג פון ר' יצחק ראזענבערג און ר' מנחם גרשון לעבאוויטש און ר' בערל יאקאבאוויטש מיט יענקל כהנא און ליפא קרויס און שאול פערלשטיין. 4) די פארהאנדלונגען פון ר' משה דוב שוועיד און ר' ישראל דוד הארפענעס צווישן די אהרונים און די זאליס, וואו די אהרונים האבן שוין געהאט אונטערגעשריבן א שטר מיט א גרייטקייט זיך צו צוטיילן די נכסים - דאס איז שוין געווען נאכן זיין אין געריכט ! 5) די פארהאנדלונגען צו גיין צו דין תורה ווינטער תשס"ג. 6) דער זיצונג פון ר' אלישע הורוויץ מיט משה גבאי ביים שוואגער פון בערל ווייס, אינאיינעם מיט ר' ישראל האגער פון מאנסי זומער תשס"ד.
עס זענען געווען נאך, איך געדענק נישט אלע, ווער עס געדענקט זאל ביטע פארענדיגן.
אבער איך מיין אז דאס איז שוין גענוג צו געבן א שטיקל בילד ווער די זאליס זענען, פארוואס מען קען מיט זיי נישט פארהאנדלען, און וואס עס האט געצווינגען אנצוקומען אין גוי'אישן געריכט, ליידער.
און אז דו ווילסט דוקא עס גוט פארשטיין, זיי מוחל זוך אויף דרייניטץ, און פרעג אים וויאזוי ער האט געשפילט מיט אונז האקי ביים עפענעם דעם פארום...
דרייניטץ/ניו יארק ווי ביסטו? ביסט ביזי צו פייערן זיג פון די אפיעל קאורט? קום ענדערש דא ווייטער "טרעטן אויף אונזער הינער אויג"..
ער גייט שוין היינט פייערן דעם אורטייל פון ראזענוואסער, נישט נאר דעם אפעלאט אורטייל...
ער געט איבער - אין נאמען פון "א אהרוני", פארשטייט זיך - אז ראזענוואסער קומט היינט אדער מארגן. און לויט די זאליס גייט ער געבן א אומגערישטן זעץ פאר די אהרונים.
בא ללמד
ס'איז געווארן א גאנצע מיש מאש פון עם דארט יעצט שרייבט ער דארט אזוי
16:58 17/1/2006 מיש_מאש
אוי דרייניץ!
אז ענק דארפן שוין רעדן פון באשעפער דעמאלטס זענטס עטץ טאקע אויף גרויסע געהאקטע צרות...
לאמיר אבער פרעגן די קשיא אנדערש, זינט ווען האט זיך עקסטרעמיזם [כאמאס..] אריינגעכאפט ביי די אהרונים [סאטמארע]
איך וועל אויף דעם פרעגן פארקערט, האט זיך אמאל עקסטרעמיזם זיך אפגעשטעלט אין סאטמאר זינט תרס"ו ביז תשס"ו ועד בכלל