היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » צוויי חתונות-צוויי גרים - איין נאכט

צוויי חתונות-צוויי גרים - איין נאכט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1755321

גר_צדיקל » 9/1/2006 06:28

די ערשטע חתונה

איז פין א גר וואס האט זיך שוין מגייר געווען פאר 8 יאהר צוריק, דער גר הייסט "יהושע דוד גרינוואלד", די כלה אויכעט א גיורת קומט פין אוקריינא, היינט נאכט קומט פאר א גרויסע מסיבת מצווה אין די "יאנג איזראעל" זאל אין וויליאמסבורג,ווי די עולם גייט אהין אין איז מקיים די מצוה אהן א רעש און אהן איבערקערעניש.

דער חתן זעהט אויס אינגאנצן ווי אן חסידישער יינגערמאן, לאנגע רעקל, חסידישע אויסזעהן ווי א בארד מיט לאנגע פיאות, אין זיין חתונה וועט זיין אין "אולם תמיר" אין ירושלים ח"י טבת ה'תשס"ו.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גר_צדיקל » 9/1/2006 06:29

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

גר_צדיקל » 9/1/2006 06:55

די צווייטע חתונה

איז פין א גר פין קאנאדע וואס האט חתונה מיט א גיורת וואס וואינט אין ארץ ישראל, און די עסקנים וואס געבן זיך אפ מיט די גר שוין יארן לאנג האבן שוין געהאט געדינגען א חתונה זאל פאר זייערע חתונה, איז דאך אינטערגעקומען עפעס אן בנוישעקל וואס האט געכאפט א "היטש" [טרמפ] דורך א ידיד אויפן גר'ס רוקן און מאכט פין עם א גאנצע טאראראם און פראפעגאנדע, און די חתונה וועט נישט זיין ווי געפלאנט אין א"י, דא אין ניו יארק אין די באבובער בימ"ד אויף 15 אוועניו 48 סטריט. די חתונה וועט טאקע אויכעט זיין ח"י טבת ה'תשס"ו.

תוקן על ידי - גר_צדיקל - 09/01/2006 6:59:19
[בילד – נישט אפגעהיט]