היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זמני חתונה באשטימט ביי 45

זמני חתונה באשטימט ביי 45

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1753917

allgood1s » 8/1/2006 09:29

שבת האב איך געהערט אז מען האט באשטימט די זמני חתונה אין 45 די טאכטער פין הגרמ"ד אונגאר שליט"א גייט חתונה האבין כ"ב אדר הבא אין די זאלען פין רויאל. איך הער אז די דעיט איז ספעציעל אויסגעקליבן קרוב צי סוף זמן כדי די בחורים פין סאכאטשוב זאלען זיך קענען באטייליגען.

די חתונה ביי הגר"י רובין שליט"א וועט פארקומען נאך שבועות אין חודש סיון

the_mouse » 8/1/2006 15:08

צו איז דיר אזוי שווער ארויסצושרייבן די ווערטער "כ"ק אדמו"ר מבאבוב" אדער "אבד"ק באבוב"????

דיין רבי ווילסטו אויכעט מען זאל עם רופן ביים נאמען?

שלום_משה » 8/1/2006 17:59

the_mouse
איך זע נישט פארוואס די רעגסט דיך
איז נישט אמת אז רב"צ האט איבערגענימען די הנהגה אין די באבוב'ע ביהמ"ד??

אויב יא. איז ער לכאורה באבוב'ער רב???
נישט אזוי?

ענעוועי, איך בין נישט באהאנוועט אין יענע מחלוקה
אזוי זעט מיר עס אויס פין דרויסען

B T W ווי האלט ענקער קארט/ דין תורה
איז שוין דא עפעס א פסק???
איז מען יעצט אין קארט??

the_mouse » 8/1/2006 19:25

נאר ווער עס איז רבי אין די בימ"ד אויף 48-15 אוועניו, נאר ער איז בארעכטיגט צו זיין "באבובער רבי"???

אדרבה, זאגסט און די רעדסט פין אן דין תורה, איז פארוואס טוסטו פסקענע'ן אליינ'ס, פאר די פסק בית דין, אז ער יא און ער נישט?

טוה וואס די רבנים טוהן, די רבנים און מאנטריאל און די אדמורי"ם און ניו יארק, האלטן אז זיי ווילן זיך נישט אריינמישן און ממילא רופן זיי ביידע "באבובער רבי"!!

פארוואס פארשטייסטו אנדערש?