היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שיינע אפשערן ביי הגה"צ ר' שמעון זאב

שיינע אפשערן ביי הגה"צ ר' שמעון זאב

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1753837

TheTruth_1 » 8/1/2006 02:20

דעם פרייטיג האט גאנץ קרית יואל מיטגעהאלטן די שיינע שמחה וואס איז געווען ביים רב אין שטוב, ווען הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אפגעשוירן א יונגעלע, און לכבוד דעם איז די רב שליט"א געגאנגען באזוכן די תלמוד תורה.
עס איז געווען א גרויסע שמחה פאר אלע הונדערטער מעריצים און ידידים פון ר' שמעון זאב, וואס איז באוואסט אין די גאנצע וועלט אלס קנאקעדיגער רעדנער און פה מפיק מרגליות, און אלע וואס קומען יעדן טאג צו זיינע שיעורים האבן זיך יעצט אמתדיג מיטגעפרייט מיט די גרויסע שמחה.
מחיל אל חיל.

מבני_בניו » 8/1/2006 03:30

די זאליס טרייען נעבעך אים אריינצונעמען כאילו אויף זייער זייט, זיי רעדן זיך איין אז ער ליינט היידפארק...

ראדני152 » 8/1/2006 03:58

רבי שמעון זאב שליט"א איז היינט אן אנערקענטער רב ביי אלע קרייזען. איבערהויפט האט ער זיך קונה געווען א שם טוב ווען ער איז בייגעשטאנען מיט חכמה אין פקחות דעם ביטער שווערן נסיון פין אינטערשרייבן ח"ו אין ערכאות קעגן זיין הייליגען זיידן.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז זיינע אלע זכותים פין הרבצת התרה, קירוב רחוקים, חיזוק לבבות נשברות, קידוש שם שמים קבל עולם ומלואו זאלן עם ביישטיין מיט כל ברכות האמורות בתורה. אמן.