היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פארוואס האט מען אראפגענומען די אשכול?

פארוואס האט מען אראפגענומען די אשכול?

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1751897

אנטוערפןרב » 6/1/2006 19:19

איך האב געמיינט אז דעס איז א "נייטראלע" פארום? מלאזט יעדן שרייבן? פארוואס האט מען אראפגענומען די אשכול קעגן אהרן און שלום לאנדא?
איך ווארט א תירוץ!

כל_העולם » 6/1/2006 19:25

אין דעם פארום זענען דא תקנות, איינע פון זיי איז מ'דארף שרייבן אויף יעדן רב מיט א ר'.

אויב דו האלטסט אז די תקנות זענען נישט ריכטיג, קענסטו געזונטערהייט גיין שרייבן אין אנדערע פלעצער, וואו אנדערע מאכן די תקנות.

אנטוערפןרב » 6/1/2006 19:28

וואו שטייט די תקנה? איך האב עס קיינמאל נישט געזען!

כל_העולם » 6/1/2006 19:31

דריי א צווייטנ'ס קאפ.

דו ווייסט זייער גוט אז מ'האט דיר שוין מערערע מאל געמעקט, און מ'האט דיר שוין געשיקט א הודעה אין אישית.

נאך איינמאל אזא זאך פאסירט, וועט עס מער נישט פאסירן...

אלעסאמת » 6/1/2006 19:34

wassa_dif » 6/1/2006 19:40

קענסט איבערשרייבען פונקט די זעלבע זאך, מיט א ר' און ס'וועט בלייבען.
נעקסטע מאל ביטע באררעכען זיך און מאך אונז נישט קיין איבריגע ארבייט.

ווארהייט » 6/1/2006 20:01

with all due respect צו די מנהלים.

איך מיין אז מען דארף נישט מעקן אזעלכע אשכולות אויב די איינציגסטע פראבלעם איז אז מען שרייבט אן א ר'.

איך מיין אז דער מנהל זאל ענדערש עפענען א פרישן אשכול און דארט אריינלייגן די נייעס מיט א צוגעלייגטן ר'.

ווארהייט » 6/1/2006 20:04

אנטשולדיגט חשוב'ע מנהלים.

איך זע אז מען האט טאקע אזוי געטאן.

אויב אזוי, ווי האט אנטווערפןרב די חוצפה צו האבן טענות.

אלעסאמת » 6/1/2006 20:07

ער האט געפענט די אנדער אשכול פאר מ'האט עס צוריק געלייגט מיט א ר'