היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווידער אין ערכאות!

ווידער אין ערכאות!

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1751860

קושקע » 6/1/2006 18:49

דאסמאל איבער מציצה בפה!

אזוי ווי די עסקני שוא, פירן דעם ציבור און באד אריין, זיי האבן גענומען די קאמפיין פון מציצה בפה, און עס פארוואנדעלט איבער א מערכה קעגן ר' אהרן ט"ב, גענומען די גענצע הייליגע מערכה און עס איינגעטינקען און די סאטמארע צואה, האבן די ערליכע עסקנים אפגעמאכט דאס איז עס, עד כאן, אונז וועל מיר לאזן די אידיאטן ווייטער זיך שלאגן מיט ר' אהרן ט"ב, און מיר וועלן אנהויבן טוהן תכלית, מ'האט זיך אנגעהויבן צו פארבינדן מיט געניטע אדוואקאטן צו אפשלאגן די גזירה אין געריכט, אמער אז די רעגירונג האט נישט קיין רעכט אריינצירעדן אין א רעליגיעזע פרעקטיס פון טויזענעטער יארן!

ס'גייט קומען א מעכטיגע געלט קאמפיין פאר אדוואקאטן!

פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטן!

תוקן על ידי - כל_העולם - 06/01/2006 19:23:58

שלום_משה » 6/1/2006 19:23

קושקע

מיט די הצלחה וואס מיר האבן געהאט ביז היינט אין קארט ביי די סאטמערע קעיס
וואלט איך ענדערש געוואלט אז די זאליס זאלן עס טראגן אין קארט

עס איז צי א האקעלע קעיס אז מען זאל עס פארלירן

עה.נאר א ווערטעל. ב"ה אז מען הייבט שוין א צי טיען

ארענדאר » 6/1/2006 20:25

אגב האב איך באמערקט אז די זאליס רופן קושקע מיט'ן טיטול מיסיס. ווייסט איינער פארוואס?

מבני_בניו » 6/1/2006 20:33

איך האב אויך געהערט אז עס קומט א מעכטיגע קלאגע, אבער איך פארשטיי נישט וויאזוי.
(מיסיס...)קושקע, האסט עפעס מער דיטעילס?

ארענדאר » 6/1/2006 20:34

נו, וואס באדייט די מיסיס?