היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » איז א גיטע זאך צו קויפן לאטעריס?

איז א גיטע זאך צו קויפן לאטעריס?

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1751060

אלעסאמת » 6/1/2006 07:52

זאגט אייער מיינונג דא וואס איר האלט?
האט איר שוין אמאל געמאכט געלט אדער נאר פארלוירן?

איך האלט פון קויפן אביסל לאטעריס איין מאל א וואך אבער איך האלט זייער נישט פון קויפן א יעדען טאג

תוקן על ידי - אלעסאמת - 06/01/2006 8:02:37

שקל_שלם » 6/1/2006 18:23

ווענט זיך וויפיל די לאטערי איז. סאיז דא מענטשן וואס ווערן עדיקטעד צו לאטעריס פונקט ווי וויין אדער ציגערעטלעך. קען זיין פאר דעם פארקויפט עס נאר די ליקער סטאר...

סימןטוב » 6/1/2006 18:42

אויב ווען דו גייסט אין גאס און דו זעסט א פליגער דורכפליען ציטערסטו אז דער פליגער וועט חלילה קראכן און אראפּפאלן פּונקט אויף דיין קאפּ, דאן קענסטו קויפן א לאטא, ווייל ס'איז דא בערך די זעלבע שאנסן פאר ביידע צו פאסירן.

אלעסאמת » 6/1/2006 19:29

ס'איז דא א איד וואס האט לעצטענס געווינען 500.000$
ביי דאנאט ליקער סטאר

שקל_שלם » 6/1/2006 19:34

פונקט פאריגע וואך האב איך מורא געהאט אז א פליגער גייט קראכן... איך מעג שוין קויפן?

קושקע » 6/1/2006 19:47

איך קויף אלס ווען ס'איז א דא א גרויסע דשעק-פאט פאר 1 דאלאר, נישט ווייל איך האלט אז איך גיי געווינען, נאר פונקט ווי מענטשן ספענדן געלט סתם אזוי בלויז זיך צו ענדשויען, איך ענדשוי מיך און איך האב פלעזשער צו חלומ'ען און פאנטאזירן וואס איך וועל טאן מיט הונדערט מיליאן דאלאר, עכ"פ 1 דאלאר איז עס ווערד.

עני וועי, האט איר שוין אמאל פאנטאזירט אויב איר געווינט הונדערט מיליאן דאלאר, וואס איז געווען אייערע פאנטאזיעס.

מיינע בערך אזוי, קודם מאך איך א שווייג פאר בערך 2 חדשים, נאכדעם פארבינד איך מיך מיט לויערס און איך מאך זיכער זאל זיין ענאנימעס, נאכדעם עפען איך מערערע באנק עקאונטס, איך צוטייל די געלט, און זייער צוביסעלעך הייב איך צו טוישן מיין לעבן סטייל.

wassa_dif » 6/1/2006 19:54

סימן טוב
איך האלט מיט דיר

בא_ללמד » 6/1/2006 19:57

קושקע.

איינרעדן זאלסטו דיר אז דו וועסט קענען מאכן א שווייג...

אפילו נאר פארן חלומען פון געווינען קענסטו זיך שוין רישן אויף א לאנגע רייע פון משולחים א האלבע שעה ארום...

קושקע » 6/1/2006 20:01

וואס זאל איך טון מיט הונדער מיליאן דאלאר, איך קען באשטיין צו געבן צו צדקה, אבער איך וויל נישט די פערענויע, אז מ'לויפט מיך נאך.

איינער האט אן עצה, פאר א איד אין א נויט.

למצוה גדולה יחשב.

volvi06 » 6/1/2006 20:06

siman tov you are the best as allways

תוקן על ידי - volvi06 - 06/01/2006 20:10:08

נאר_פריילך » 6/1/2006 20:20

איך קויף עס אויף 26 יאר פעימנט'ס
אז טאמער געווין איך בלייב איך מיט עפעס אויף 26 יאר

מבני_בניו » 6/1/2006 20:33

קושקע
קענסט מיר אוועקלייגן אביסל...
איך בין נישט א משולח...

וואסענייעס » 9/1/2006 02:04

סימן טוב איך וויל דיר נישט אוועק נעמען קיין קרעדיט איך וויל עס נאר צופיצן אזוי ווי איך האב עס אמאהל געהערט איינער האט אמאהל געזאגט פאר א חבר אז עס ווינדערט אים א אינטרעסאנטע זאך ס'איז דא אסאך א גרעסערע טשענס אז א דארעכפליענדע פייגל זאל עפעס אראפ לאזן און יעדער האפט אז ס'זאל נישט זיין אויף אים און א לאטערי מיט אסאך ווייניגער טשענסעס און יעדער וויל אז אויף אים זאל עס ארויף פאלן

קושקע » 9/1/2006 03:37

נאר_פרייליך, איך עגרי מיט דיר 100%, איך האלט אויך אז אויב די דשעק-פאט איז אן אסטראנאמישע פיגור, איז ענדערש צו קויפן 26 פעימענטס, ווייל איינמאל איך געווין 2-3 מיליאן דאלאר, ברויך איך נישט מער, מער ווי דעם איז שוין קאפ וויי און מותרות, ענדערש זאל איך געווינען 3 מיליאן דאלאר 26 מאל, ווי איידער אויף איינמאל 150 מיליאן דאלאר.

נאך א ריזען, לו יצויר איך אינוועסט די געלט און איך דערלייג אלעס, האב איך נאכאמאל א טשענס, 26 מאל.

אלעסאמת » 11/1/2006 17:37

סימןטוב
איך האב נעכטן געווינען100.00.$

און קיין איין פליגער האט נישט גע'קראכן און אראפגפאלן ב"ה

קושקע » 11/1/2006 17:47

פאר בלויז $100, ברויכסטו בלויז מורא האבן אז פויגל אפ-פאל זאל אראפ-פאלן אויף דיר.

אלעסאמת » 29/1/2006 09:12

עס איז דא א נייע

סקרעטש לאטערי פאר 20.00 $ ביז יעצט איז געווען די העכסטע 10.00 $ מען קען געווינען 10,000 $ א וואך פאר א גאנץ לעבען וואס זאגט איר צו דעם

ניו יארק לאטערי תוקן על ידי - אלעסאמת - 29/01/2006 9:25:31

העלפ_פליז » 29/1/2006 20:16

ווארפ נישט אוועק אזוי שנעל 20 דאללער
עס איז נאר איין קארטל פון דריי אהאלב מיליאן קארטלעך וואס געווינט
20 דאללער איז נישט קיין קליין געלט!!
וואטש אואט!!

zalishor » 29/1/2006 23:20

סאיז א מזל זאך

איינער האלט אין איין געווינען איינץ נאכן צווייטן

מיין חבר קויפט אייביג די פיק 5 אין ער האלט אין איין געווינען

די בעסטע פאר איינער וואס שפילט אסאך אז ער זאל אייביג שפילן די זעלבע נומבערס אין ווען סגעווינט דערקענט ער גראד זיינע נומבערס

moshe06 » 29/1/2006 23:52

אפשר קען דא איינער אראפ שרייבען וויפיל מינים לאטעריס עס איז דא??

איך קויף אסאך מאל, אבער איך ווייס נאר פין די וואס מען בעיט פין דעם מאשין
איך זאג אים לאטא אין איך גיב א דאלער אין ער גיט דעם צעטיל

וואס איז אלץ שייך צי קויפן????