א ווידאו פון: כ"ק אדמו"ר מיעשה שליט"א צינדט חנוכה ליכט אין טאב'ער שוהל, מיט זיין הערליכען נוסח, ברב עם הדרת מלך במעמד קהל גדול פון אנ"ש, די עולם לאכט פון איהם און מ'באווארפט אים מיט האנטוכער כמנהג.
קוקט און האטס הנאה.
http://video.google.com/videoplay?docid=6877657672589220876&q=yaasse - google video
http://d56.yousendit.com/D/34AGWRUPMSC5917VAOYGS84E1H/Yaasse.mpg - YouSendIt 8.43MB MPG download
א בילד פון כ"ק אדמו"ר מיעשה שליט"א מאכט די הכנות צום חנוכה ליכט (מ'זעהט אויפן בילד שטייענדיג הגה"צ טאב'ער רב שליט"א).
[בילד – נישט אפגעהיט]1. וואו אין די וועלט איז דאס?
2. האבן די האנטוכער א מקור אין הלכה?
3. גורם זיין א ברכה לבטלה איז זיכער אסור.
4. וואס לאכסטו אזוי?
ס'זעהט אויס ווי אין מאנטריאל
דאס דארף קומען מיט א געהעריגע הקדמה, ווער איז דאס ווי איז דאס. ביטע טוהן צו דער זאך.
תשובות פון מיין חבר אין מאנטריאל:
1. וואו אין די וועלט איז דאס?
די מעשה איז אין טאב'ער שוהל אין מאנטריאל, יעשה איז נישט קיין פלאץ, ער רופט זיך יעשה ווייל ער וויל מאכן שלום ביי אידן "יעשה שלום".
2. האבן די האנטוכער א מקור אין הלכה?
ווארפן האנטוכער איז א סיגוט'ער מנהג, אין טאב האט מען דאס אהנגענומען.
3. גורם זיין א ברכה לבטלה איז זיכער אסור.
דער וואס צינדט חנוכה ליכט אין שוהל טאר נישט יוצא זיין.
4. וואס לאכסטו אזוי?
דער גאנצער עולם לאכט, זעהט אויס אז ס'איז געווען פאני.
דאס דארף קומען מיט א געהעריגע הקדמה, ווער איז דאס ווי איז דאס. ביטע טוהן צו דער זאך.
איינער אין מאנטריאל האט דאס מיר געשוקט, ער זאגט אז די רבי איז א משוגענער, ער גייט מיר שיקן א צעטיל וואס האט געהאנגען "צדיק בא לעיר - כ"ק אדמו"ר מיעשה" ער זאגט אז דאס רעדט מער ווי א הקדמה.
תוקן על ידי - mar0was - 06/01/2006 2:50:33
יאסער רבי, נישט "יעשה"! פון שטאט יאס אין ראמעניע, ניין? (אפשר נישט......)
ער האט פאראיאר חנוכה אריינגעקלאפט צו מיר אין שטוב און מודיע געווען אז "דא איז די יאסער רבי. און ער קען אנווינטשען און משפיע זיין" וכו'. האב אין אים געגעבען א דאלאר, זאגט ער "אז פאר א דאלאר גיט ער נישט קיין ברכות, מ'מוז געבען לכה"פ 10!
תוקן על ידי - tzvibp28 - 06/01/2006 3:31:50
גלויבט מיט גוטע פריינד אז ווען דער דאזיגער רבי וואלט געהאט א ברודער מיט וועם זיך צו שלאָגען וואלט ער געווען גאר גרויס און איר אלע וואלט געווען זייערע חסידים.
ובכן צדיקים יראו ויצחקו וישרים יזרוקו
אינטערעסאנט ווי אידן מיט ווייסע בערד שטייען אין לאכן.
אויך מיר א רבי און ווארפען האנטיכער נאך די ברכה אז מען זאל אפילו נישט קענען צינדען איז אויך מיר א מנהג
אין דאס וואס די גאנצע שטייט אין לאכט איז אויך מסתמא א מנהג
איך ווארט אויף די אלטע מנהג פון ווארפען tomato's
אט איז די צעטיל וואס ער האט ארום געשיקט צו אלע הייזער אין מאנטריאל און געהאנגען אין בתי מדרשות (ווי אויבן דערמאנט):
[בילד – נישט אפגעהיט]
בורא נפשות רבות
דער באשעפער באשאפט אלע מיני נפשות
וחסרונן?
פארוואס האט ער באשאפען די וואס פעלט זיי א שראפל?
להחיות בהם נפש כל חי!
מחיה צו זיין אנדערע נפשות.
The bizyonos is not fair. Does anyone have any more information about him?
גלייך נאכען ווארפען די האנטוכער האט דער יעשה רבי שליט"א געהאלטן א לענגערע דרשה ווי ער האט שרעקליך פארפירט קעגען ווידיאו און בזיון תלמוד חכם .