היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » אי פעקס efax

אי פעקס efax

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1750367

upstate » 5/1/2006 20:13

איך האב גערעדט צו א חבר מיינע און אים געזאגט אז איך וויל קויפן א פעקס מאשין, האט ער מיר געזאגט אז ער האט לעצטענס געהערט פון א זאך וואס הייסט אי פעקס, ער ווייסט נאך נישט פונקטליך וואס עס איז און איך זאל מיך נאכפרעגן דערוועגן אפשר איז גוט פאר מיר אנשטאט א פעקס מאשין.

איך האב אים געפאלגט און זיך נאכגעפרעגט אביסל, אבער איך האב נישט אזוי מצליח געווען ביים זיך נאכפרעגן ביי מיינע חבירים וועם איך קען, האב איך געטראכט מיך נאכצופרעגן ביי מיינע חבירים וואס איך קען נישט.

איך האב געהערט אזוי דערוועגן.

1) עס קאסט 10 דאלער א חודש און מען קען האבן וואסערע טעלעפאן מען וויל (פארשטייט זיך אויב עס איז עוועיליבעל) און עס קומט אן אין די קאמפיוטער אזוי ווי אי מיעל.

2) עס קאסט נישט קיין געלט, אבער נישט אלעס וואס מען פעקסט קומט אן.

וואס איך טראכט איז, אז קען זיין אז אויב צאלט מען די 10 דאלער קומט עס אן און אז נישט קומט עס נישט אן.

יעצט וואס ווייסט איר דערוועגן?

נאטורליך » 5/1/2006 20:33

אפסטעיט,
עס איז זייער גיט. די פאקסען קומען אן גלייך צו אייער אנגעגעבענע אי-מעיל אדרעסס, אזוי ארום קענט איר עס עפענען פון סיי וועלכער קאפיוטער.
עס האט א חסרון דוכט זיך, מען מיז האבען א ספעציעל סאפטווער צו קענען לייענען די פאק'ס. עס טאקע א קליינע פראגראם אבער אויב ווילט איר דאון-לאדען דעם פעקס ביי א קאמפיוטער וואס האט נישט דער פראגראם וועט יענער עס אייך מיזען לאזען אינסטאלען דעם סאפטווער.

אויב איר ווילט נישט א לאקאל נומער גיבען זיי אייך פאר אומזינסט א לאנג דיסטענ'ס.

א צווייטער פאקס פראגראם איז ureach.com עס ארבייט וואונדערבאר, אלע פאקסען קומען אריין און tif. format עס איז 5 דאללאר א חודש מיט 15 פאר יעדע ווייס איך וויפיל פעקסעס

יאנאש » 10/1/2006 16:28

און וואס טוט זיך מיט ארויספאקסן קען מען אזאנס אויך פון אי-פעקס אדער אן אנדערע פראגראם?

התאחדות » 10/1/2006 19:50

אוודאי קען מען ארויספאקסען פון עיפעקס