היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנקעטע #2: מעקן וואולגארישע אויסדריקן ?

אנקעטע #2: מעקן וואולגארישע אויסדריקן ?

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1746538

כל_העולם » 3/1/2006 14:33

פארשלאג פון ארענדאר:

וואולגארישע אומאיידעלע אויסדרוקן


איך רעד דא פון די געמיינע אויסדרוקן וואס פלעגן ווערן ברייט באנוצט דורך אזעלכע גולשים ווי xxxx, xxxx און xxxxx אין אנדערע פארומ'ס.

מאכן א דזשאוק איבער צניעות ענינים איז ביי זיי געווען א נארמאלע ערשיינונג.

איך רעד פון די עקלדיגע וויצן וואס ווערן געמאכט איבער נשים און צניעות, וואס א מענטש מיט אביסל זעלבסט-ווירדע עקלט זיך דאס צו ליינען.

און ניין, איך בין נישט קיין אגענט פון דעם ועד למשמרת, איך בין א פשוט'ער מענטש וואס האט אביסל זעלבסט-ווירדע, און להבדיל אפילו א נארמאלער גוי עקלט זיך צו ליינען ארטיקלען געשריבן מיט א געמיינעם שפראך.

געטס א קוק אויפ'ן ניו יארק טיימס, א ליבעראלע צייטונג, אבער פונדעסטוועגן איז עס די צייטונג וואס אלע אינטעליגענטע מענטשן ליינען. משא"כ דער "פאוסט" ווערט געליינט דורך די נידריגע עלעמענטן.

איר ווייסט פארוואס? זייער פשוט, א מענטש מיט אביסל זעלבסט-ווירדע עקלט זיך צו ליינען געשרייבעכצער אין וועלכן מען נוצט געמיינע אויסדרוקן, אפילו אויב דער מענטש/גוי פאר זיך איז נישט קיין פרומער, באדערט אים אבער אז "יענער האלט מיר פאר אזא פראסטער מענטש, אז ער נוצט אזא שפראך צו רעדן צו מיר".

אלזא, לאמיר זיך אויפפירן ווי אינטעליגענטע מענטשן מיט זעלבסטווירדע, און נישט טאלערירן אז דא זאל ווערן א בית הכסא. לאמיר זיין ווי להבדיל דער טיימס און רעדן נאר איידל.

עד כאן פון ארענדאר, מסכים מיט יעדעס ווארט. די שאלה איז:

וואס זאל מען טון ווען מען זעט וויאזוי איינער שרייבט מיט א ביליגן וואולגארישן שפראך ?

און וואס ווערט אלס אריינגערעכנט אין די טערמינען ?

(כ'וועל געבן א קליינע דוגמא, דא האט איינער פון די חברים געעפנט א אשכול וועגן דעם איינשווערונג פון בלומבערג, דער קעפל איז געווען: "מ'שווערט איין די פארשטונקענע נבילה".

אויפן פארלאנג פון עטליכע חברים, ספעציעל פון מיין שותף פשטידא, האב איך עס אויסגעמעקט און געמאכט א נייעם אשכול מיט א נארמאלע קעפל.

אבער דער וואס האט געעפנט יענעם אשכול האט שרעקליך פראטעסטירט דערוועגן, ביז ער האט זיך ממש אפגעזאגט פון שרייבן ווייטער אויפן פארום.

וואס האלט איר איבער אזא סארט שפראך ?)

און וואס טוט זיך ווען עס קומט צו פאליטיק ?

וואס טוט זיך מיט די סארט אויסדרוקן ווי לץ, ע"ה, שוטה, רשע, גס רוח, וכו', אין וועלכן גדר גייט דאס אריין ?

לאזט זיך הערן !

ניו_יארק » 3/1/2006 16:20

איך האלט אז מען זאל נישט מעקען קיין שים שפראך.
זאל יעדער זיך קענען אויסדריקען מיט אן אמת וואס ער האלט, פינקט אזוי ווי ער קען עס זאגען אין די גאס.

ווייל לאמיר זיך נישט נארען, וואס טיט מען אויף מיטען גאנצען אינטערנעט, אויב קען מען זיך נישט אויסדריקען נאטוראל?
אין אז איינער וויל ארויס ברענגען א פונקט, אין ער קען עס נאר ארויס ברענגען, מיט זיין אייגענארטיגען שפראך, איז אויב מען וועט אים נישט לאזען, אדער מען וועט דאס אויסמעקן, וועט דאס פארלירען דעם ארגינעלקייט פינעם מעסעדזש, אין עס איז ארויס פין קאנטעקסט!

מבני_בניו » 3/1/2006 16:35

איך זאג קלאר מעקן! כל המרבה זה משובח! אין חדשות אנש איז געווען צייטן וואס איז געווען א גרויל ממש צו קוקן!
איך האלט אז מדארף מאכן א סטענדערט, למשל ע"ה האט נישט קיין פשט צו מעקן, אבער אויב סשטייט אין א אשכול וואו סבלאנגט נישט זאל מען עס יא אויסמעקן.
איינעם וואס פאלגט נישט דארף מען חוסם זיין, פונקט ווי איינעם וואס פאלגט נישט די אנדערע תקנות.
איך האלט אז די שפראך טאר נישט זיין אנדערש ווי אין מקוה אדער ביהמ"ד להבדיל.

שקל_שלם » 3/1/2006 17:03

איך וואלט יא געזאגט אזויווי ניו יארק, אז מזאל נישט מעקן. די אהרונים זענען עניוועי די נארמאלע מענטשן, נאר די זאליס זענען ווילד און משוגעים. זאל יעדער זען ווער סשרייבט וואס.

אלעסאמת » 3/1/2006 17:20

איך האלט אז דעס וואס בוש האט געשריבן וואלט געדארפט בלייבן אבער טאמער משרייבט אז זאך אדער ענדליך אויף א רב דארף מען מעקן

גוטזאגער » 3/1/2006 17:50

אבסאלוט נישט לאזן קיין שום בעיבישע אויסדרוקן ווי למשל "די נבילה בלומבערג"

אזא אשכול מאכט פשוט נישט קיין סענס

און אויך זאל מען נישט לאזן קיינעם - אהרונים אדער זאלונים - שרייבן מיאוס.

כל העולם כולו דארף זיין א פלאץ וואו נארמאלע מענטשן טרעפן זיך דאס פלאץ.

סימןטוב » 3/1/2006 17:53

ראשית כל איז וויכטיג צו וויסן אז אזויווי ניו_יארק איז נחשד ביי מיר צו זיין א זאלי, איז זיין ציל צו ערלויבן אלע געשרייבעכצער זייער פארשטענדליך: ער האפט אזוי אראפצוברענגען דעם ניווא פונעם פארום צו דעם זעלבן נידעריגן שטאפל ווי דעם פארום וואו ער איז נחשד אלס מנהל (אפשר גאר דער ארונישער מנהל...)
איך וואלט זייער געשטיצט אזא סארט תקנה, צו לימיטירן די לשונות של גנאי ביי סיי וועלכע נושא, נישט נאר ווען עס קומט צו אומאיידעלע אויסדרוקן, נאר אפילו אין אלגעמיין.
לגבי דעם לשון "מען שווערט איין דעם פארשטונקענעם נבילה" וואס איינער האט געשריבן אויף בלומבערג, כאטש איך פון זיינע גאנץ קליינע חסידים, איז אבער דער שפראך אויסער דעם וואס ס'איז זייער זייער קינדיש, בכלל נישט פאסיג פאר א קעפל פון א נייעס. א קעפל פון א נייעס דארף אין קורצן פארציילן פון וואס דער נושא איז, און כאטש דער פארום איז נישט קיין "ניו יארק טיימס" וואו עס זענען גילטיג אלע זשורנאליסטישע כללים, און א שרייבער איז אינעווייניג אינעם נייעס ערלויבט ארויסצוברענגען זיינע אייגענע געפילן (פארשטייט זיך מיט ערוואקסנקייט) אבער ביים קעפל קומט דאס זיכער נישט!

ניו_יארק » 3/1/2006 19:26

סימון טוב:
מזל טוב!

איך מיין אז מען האט מיך שוין געניג גערודפט,
געניג איז געניג! פליס!

הערטס שוין אויף צי דעבאטירען וואס אין ווער איך בין, איך מיין אז איך האב א רעכט צי קאמענטירען דא אויף די אישאס, פינקט ווי א יעדער.

אגב, איך האב יעצט געטרייט אריין צי גיין שרייבען צי דעם אזוי געריפינעם נייטראלען פורום, חדשות אנש,הזאלוינים, אין געס וואט, איך קען נישט.

זעהט אויס אז זיי האבען געזעהן אז דא איז זייער סוקסעספול מיט א אישור, האבען זיי עס נאך געמאכט.
נישט קשה, אבי אינז זענען די טון געבער.

איך האב אריין געגעבען א פארלאנג פאר א אישור, וועל מיר זעהן ווי לאנג דאס וועט געדויערען.

wassa_dif » 3/1/2006 20:27

איך האלט עס ס'נישט נויטיג. "וואולגאריש" איז צו א ברייטע פעלד זיך צו נעמען צענזאריערען.
וואס יא, זאכען איבער צניעות עניינים, עכ"פ גאר גראבע זאכען האבען נישט קיין פלאץ אין א חסידישע פארום פונקט אזוי ווי אומאיידעלע בילדער.
אז איינער וויל רופען בלומבערג א פארשטונקענע נבילה זאל מען עם לאזען. אויב דער גולשים האלטען אז דאס פאסט נישט פאר די פארום, מעגען זיי אליין זאגען הערות, און אז ער וועט שפירען אומבאקוועם דערמיט וועט ער זיך אליין צופאסען צו די סטאנדארט וואס רוב גולשים פארלאנגען. נישט אלץ מוז דורכגיין די הנהלה.
וואס יא, ס'וואלט געווען כדאי צו מאכען א תקנה אז מ'מוז ארויפלייגען זאכליכע קעפלאך, אז יעדער זאל פארשטיין פון וואס רעדט זיך.
למשל קעפעל: מ'שווערט איין בלומבערג
תגובה: איך האלט ער איז א פארטונקענע נבילה.

פאקטיש » 3/1/2006 20:31

פאקטיש דארף מען מחלק זיין

א קעפל איז לויט מיין מיינונג זייער וויכטיג עס זאל זיין איידל, נארמאל, און זאגן וואס די נושא איז, נישט שרייבן היסטערישע אדער אומ'זאגנדע קעפלעך

בנוגע די תגובות אליין, איז קלאר אז עס דארף יא זיין א צענזאר אבער דערביי איז אויך קלאר, אז עס דארף זיין א פונקטליכע מהלך, למשל ניוול זאל זיין שטרענג פארבאטן, אבער פון דער צווייטער זייט שרייבן אז איינער איז א מנוול, זעה איך נישט פארוואס, אבער נישט קיין דיטעילס

איז דעריבער קודם זאלן די מנהלים באשטעטיגן דעם צענזאר אין טעאריע, און נאכדעם וועט מען קענען זעהן וואס די סטאנדארטן זאלן זיין

ניו_יארק » 3/1/2006 20:31

וואסא:


פיינעלי האלט שוין איינער ווי מיר.

אגב וואסא
די קענסט די ניגון פין די פלעי:
וואסא אהא אהא וואסא
?

wassa_dif » 3/1/2006 20:39

ניו יורק
וועלכע פלעי?

ניו_יארק » 3/1/2006 21:03

אינטערען באנק

wassa_dif » 3/1/2006 21:08

קען איך נישט. סארי

בא_ללמד » 3/1/2006 22:21

נו, רבותי, מיר ווארטן צו הערן אייער מיינונג.

איך פריוואט וואלט אויך געזאגט ענליך צו וואסא, א חילוק צווישן א קעפל און א תגובה.

אבער אלעס ווענדט זיך אינעם רוב (פון די וואס נעמען אנטייל אין די וואלן, פארשטייט זיך).

וואסענייעס » 4/1/2006 00:16

עס איז זיכער א חילוק פון א קעפל צו א תגובה אבער אזויווי מ'האט שוין ארויס געברענגט פריער איז זייער שווער מבחין צו זיין וואס און ווען ( הגם פארשטינקענע נבילה איז לויט מיין מיינונג א בעבישע אויסדרוק און נישט נארמאל פאר א בעזעסענעם מענטש) אפשר וואלט געווען א איידיע אז מ'זאל שיקן פאר יענעם אין אישית אז ס'געפעלט נישט פאר רוב שרייבערס (אויך די וואס האלטן נישט פון מתקן זיין) דע מין געשרייבאכטס און אויב איז יענער אזוי קוירץ קעפיג אז נאכן זאגן פארשטייט ער נאכנישט אויפן ווינק ווייסט עטץ שוין וואס עטץ האטס צו טוהן
און א קליינע הערה אויב איך האב נישט קיין טעות איז געווען אפגעשמועסט אז א אנקעטע גייט זיין א אשכול עוגן ניין?

בא_ללמד » 4/1/2006 00:38

ארגינעל האבן מיר געפלאנט צו מאכן די אנקעטעס פאר א אשכול עוגן, אבער דער מציאות איז אז רוב ליינער און שרייבער באטראכטן ניטאמאל די אשכולות פון אויבן און קוקן נאר אויף די גרינע. דעריבער האבן מיר דאס געטוישט.

וואסענייעס » 4/1/2006 01:28

איך בין נישט זיכער מיט דעם וואס די שרייבסט לויט די נאמבער פון צפויות זעט עס אויס צו זיין אייניג און אפשר דארף מען פאר דעם אויך מאכן א אנקעטע אני לכשעצמי ווען ס'בלינקט נישט קיין חילוק צו א רויטע אדער א גרינע עפן איך עס אויף

נאר_פריילך » 4/1/2006 01:35

איך מיין אז קיין שום געמיינע אויסדרוק זאל מען נישט לאזן שרייבן
און אויב איינער שרייבט זאל מען עם קוידם ווארענן און אויב וועט עס געשען נאכאמל זאל מען עם חוסם זיין

דעבאטירן » 4/1/2006 02:56

מנהל פארוואס בלייבן צומישט

לאמיר קודם צוטיילן די אישו ווי עטליכע ליינער האבן ארויסגעברענגט

אישו נומער איינס, איז קעפל

איז איינער מחולק אז דער קעפל זאל זיין נארמאל, און פארשטעלן די נייעס וואס איז דא אין אשכול

בא_ללמד » 5/1/2006 23:31

נו, וואס זאגט איר ?

איך מיין אז אויפן קעפל איז קיינער נישט מחולק אז עס דארף ארויסגעברענגט ווערן וואס עס שטייט אינעווייניג.

די שאלה איז וועגן נישט איידעלע אויסדרוקן, אלס דוגמא וועל איך נוצן דעם אויבנדערמאנטן משל:

מ'שווערט איין די פארשטונקענע נבילה בלומבערג

איז דא עפעס א פראבלעם דערמיט ?

זאלן אזעלכע קעפלעך אראפגענומען ווערן ?

וואסענייעס » 6/1/2006 02:11

רבותי מ'פרעגט א קשיא און קיינער ענפערט נישט מ'דארף נישט זיין קיין שרייבער דאס צו קענען ענטפערן דער תירוץ קען זיין נאר איין ווארט יא אדער ניין די וואל בודקעס ווערן געעפנט יעצט און עס פארמאכט זיך (ווען דער מנהל וועט באשליסן)
מיין וואוט איז יא
נ,ב, נאו דיבעיטס פליז

שפיטצער06 » 6/1/2006 02:14

ניין

wassa_dif » 6/1/2006 02:36

ניין.
ווי לאנג ס'זאכליך מעג עס בלייבען לדעתי.