היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אלערט!! איך האב א חשד

אלערט!! איך האב א חשד

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1746113

שלום_משה » 3/1/2006 06:14

איך עפען דעם אשכול, טראץ דעם וואס די מנהלים האבן געבעטן אז מער זאל מער נישט עפענענן אשכולות איבער דעם ענין, דאך עפן איך עס ווייל איך האלט פאר וויכטיג ארויס צי ברענגען מיין פוינט

א גרויס חלק גולשים האבן געזען וואס היינט איז פארגעקימען אין "חדשות אנשדזאליס", אז עס איז געווען דארט פאלשע ניקס אין עס האט זיך געטיען דארט א תוהי ובוהי א איבערקערניש נאך מער ווי שטענדיג, ממש ארויס פין קאנטראל

איך האלט אז די זאליס טיען עס דירעקט זיי דרייען איבער הייד פארק
זיי עפענענן די אלע פאלשע ניקס
ווייל זיי ווילן קענענן אפשפארן אונזערע פורום, אדער אונזערע שרייבערס
יוסף90 ברענגט דארט יעדן שעה סטעטמענטס פין הנהלת הייד פארק אז ער איז פאניע בראד מיט זיי
זיי ארבעטען אויף א ציל אז די ארונים זאלן דא אויסזען ווי חיות אין מען זאל ארויסטראגן די ארונים פין דא
זיי זענענן מלומד אין אזעלכע טעראריסטישע שטיק
אונז דארף מער עפענטליך ארויס שרייבן אז מיר האבן גארנישט דערמיט

איך האב נישט קיין דירעקטע באווייזן אז איך בין גערעכט
נאר אפאר אומדירעקטע באווייזן

1}איינער פין די זאליס האט היינט געפענט די אשכול דא איז די לינק, אין די אינהאלט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1746067
די אינהאלט
אזויווי די טעראר מצד ווארהייט און אנדערע גייט אן מיטן פולן שוואנג זיי שיקען ארום סטראשענונגען און ווארענונגען וויל איך דעריבער מעלדן אז מיר וועלן מוזן נעמן זייער אומאנגענמע שריט אים שטיל צו מאכן
אדער מאכט ער זיך צו ס'מויל און שרייבט (אין כל הארוני כולו) ווי א נארמאלע משוגענער, אדער וועט ער פארגעסן זיין נאמען לויט די תקנות פון היידפארק איז פארבאטן גילוי שמות אבער עס גרופירט זיך יעצט א חשובע בארד דא פון חשובע מעמבערס וואס וועלן האלטן א אויג אויף די טראבל מעיקערס וואס טעראראזירן אידן, (נישט וואס שרייבן וואס עס געפעלט נישט פאר אנדערע נאר די וואס טעראראזירן) און עס וועט געשיקט ווערן אין אי-מעיל אלע אפדעיטס און די ריכטיגע נעמען וואס באהאלטן זיך אינטער די טעראר-ניקס ווער עס וויל באקומען די אימעילס זאל ארויפלייגן דא זיין אימעיל און ווער עס זעט אז איינער מאכט טראבל זאל ער שיקען זיינע מיינונגען און ידיעות איבער יענע ניק פאר אלע וואס לייגן דא ארויף זייערע אימעילס אין עונשין אלא אם כן מזהירין מיין אימעיל אדרעס איז


אין מיט די אלע וואס גייען אים ענטפערן אין די אימעיל גייט ער גיין צי הנהלת הפארק ווייזן אז די ארונים זענענן חיות אין זיי מאכן טראבעל אין מען זאל זיי חוסם זיין

נישט פארגעסן זיי האבן שוין חוסם געווען צוויי לאנגיאריגע ארונישע שרייבער,פומפדיתא,אין טראקטער,!!
אזוי טיט זיך יוסף90 אויף אין אנשדזאליס


2}איך קען די תוכן פין די שרייבערס דא זיי זענענן נערמאלע שרייבער זיי טיען נישט אזעלכע זאכן ווי עפענענן צווייטע ניקס, עס מוז זיין אז די זאליס טיען עס

3}דא איז יעדער ציפרידען, קיינעם גייט נישט אן אז עס איז דא נאך א פורום, מילא חברה פין דא וואלטן עס נישט געטיען ,משא"כ יענע חברה, זיי זענענן זייער נישט ציפרידען פין זיי שטייט עס אויס

עס קען זיין אז זיי טיען עס פאר צוויי סיבות
איינס פאר די אויבן דערמאנטע סיבה כדי אונז אפציטיען, מאכן אויסזען ווי חיות אין הנהלת הפארק
אדער סם כדי צי ציעם סומפאטיע פין מענטשען צי זייער זייט

=======
נאכאמאל. איך ווייס נישט צי איך בין גערעכט
קען זיין אז איך מאך א מיעס'ן טעות,זאלן אנדערע באשליסן צי איך בין גערעכט צי נישט



תוקן על ידי - שלום_משה - 03/01/2006 6:28:15

שפיטצער06 » 3/1/2006 06:37

און פאר וואס ווערט דעס נישט געמעקט אויפן גילי

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1745893

שפיטצער06 » 3/1/2006 06:52

אבער דא האט האט איינער ג'האט גשריבן גילי פון א זאלי מ'האט עס גראד געמעקט
איז דאס א נייטראלער פורום אבער די גילי פון פעשי האט מען יא געלאזט "איכה"
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1745891

ווארהייט » 3/1/2006 06:58

יש"כ פאר'ן עפענען דעם אשכול, ווייל איך האב נישט געוואלט עס אליינס צו טאן, נאכדעם וואס פריערדיגע אשכולות וואס איך האב געעפנט זענען אויסגעמעקט געווארן.

אבער יעצט אז ס'איז אפן וויל איך דא צולייגן מיין שטימע צו שלום משה'ס שטימע. עס איז ביי מיר קיין שום ספק נישט אז וואס שלום משה שרייבט איז אמת, ווייל בדידי הוה עובדא.

די זאליס פארפירן שוין אפאר טעג אז ווארהייט טעראריזירט זיי, ווען באמת האב איך אין די לעצטע פינף טעג נישט אריינגעטרעטן מער פון 4 מאל אין יענע פארום, און אויך נאר נאכ'ן אהינגעשיקט ווערן דורך לינקס פון די פארום.

אלא מאי וואס קען דאס מיינען? עס קען מיינען איין זאך אז זיי ווילן מיך זען פאר אלע פרייזן אויפהערן שרייבן אויף היידפארק.

פאריגע וואך האט דער זעלבער אהרוJי געעפנט אן אשכול וואו ער האט נאכגעברענגט א תיבה אישית וואס איך האב אים מכלומר'שט געשיקט און געסטראשעט אים צו טעראריזירן. יעדער האט דערנאך געקענט זען ווי גרינג איך האב געקענט צוזאמשטעלן א תיבה אישית תגובה פון דעם אהרוJי צו מיר.

יעצט ווען איך עפן די לינק וואס שלום משה האט דא געברענגט זע איך נישט מער און נישט ווייניגער אז דער זעלביגער אהרוJי פלאנט זיך צו ווענדן צו די הנהלה פון היידפארק אז זיי זאלן מיר נישט לאזן שרייבן, ווייל איך האב אים געשיקט דראאונגען אין תיבה אישית...

היינט האט דער מכלומר'שטער אהרוני מנהל פון יענעם פארום טאלערירט גילוי שמות קעגן אהרונים אויפ'ן העכסטן פארנעם, וואס איז אנגעגאנגען פאר עטליכע שעות, און עטליכע פון די גילוי שמות ליגט נאך יעצט אויף יענעם פארום.

דערנאך איז געגאנגען דער זעלבער אהרוני מנהל און געעפנט א גאנצן אשכול קעגן מיר, כאילו יעדער ווייסט אז איך בין דער וואס טעראריזירט זיין פארום, און ער האט מפרסם געווען א פריוואטן שמועס וואס איך האב געהאט מיט אים אין תיבה אישית, א שמועס וואס איך האב געשיקט פאר אסאך פון די שרייבערס אין כל העולם כולו אין תיבה אישית, כידוע. אינעם זעלבן אשכול האט דער מנהל מגלה געווען דעם נאמען וואס ער מיינט אז ס'איז איך וואס דערפאר וואלט היידפארק געדארפט אויסמעקן זיין גאנצע פארום.

ווען דער מנהל וואלט געווען אזא אומשולדיגער אהרוני ווי ער מאכט זיך, וואלט ער דאך נישט ארויסגעקומען מיט אן אטאקע קעגן אן אהרוני קאלעגע, און ער וואלט זיכער נישט איבערגעקייט די זעלבע ליגנטס וואס אלע אנדערע זאליס פארקויפן, וואס ער ווייסט דאך קלאר ביי זיך אז ס'איז נישט אמת, און ער וואלט זיכער נישט געמאכט גילוי שמות אויף אן אהרוני.

איך גיי נישט טרייען נקמה צו נעמען אין דעם זאלי וואס פירט יענעם פארום, איך גיי ניטאמאל פרובירן אויסצוגעפינען ווער ער איז, איך וועל נאר ארבעטן מיט אלע מעגליכקייטן צו פארזיכערן אז ער זאל נישט באווייזן אויסצופירן וואס ער וויל, אריבערצושלעפן די אהרונים צו זיין פארום, "אז מען זאל קענען מאכן סדר מיט זיי"

שלמההמלך » 3/1/2006 07:08

נעבעך ווארהייט, ווי גלייך איינער גלייבט דיר נאך.

דיינע אלע ארונים באקומן פין דיר אישי א גאנצן טאג,און די ווילסט נאך אז פונקט זיי זאלן דיך גלייבן?

שלמההמלך » 3/1/2006 07:12

און שלום משה, יא די מאכסט א מיעס'ן טעות.

ניין, ניין, די ווילסט איינרעדן דיינע ארונימלעך.

ווארהייט » 3/1/2006 07:13

דא וועל איך לייגן פאר יעדן איינעם מיין פריוואטן שמועס מיט דעם פארשוין, אז יעדער זאל זען ווער ער איז

דער שמועס האט זיך אנגעפאנגען מיט א תיבהאישית וואס ער האט מיר געשיקט ווי פאלגנד:

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
ווארהייט, איך זאג דיר באמת אז דיינע פארדאכטן זענען נישט ריכטיג,א ון אלעס וואס איך שרייב איז אמת, גלייב מיר אז ס'וועט נאך קומען א צייט וואס איך וועל דיר זאגן ווער איך בין און די וועסט נישט קענען סטאפן צו לאכן, און די וועסט דיך זייער אנטשולדיגן, איך קען דיר נישט זאגן מער, און איך וויל נישט פאלירן די זאליס.
----------------------------------------------

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
דו קענסט מיר כאטש זאגן דיין ביז יעצטיגע ניק.

בכלל וואס ברענט דיר אזוי צו פירן אן אייגענעם פארום?
----------------------------------------------

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
ווארהייט, איך זאג דיר נישט קיין ליגנט, איך האב קיינמאל נישט געהאט א אנדערע ניק, און יעצט האב איך, מיט "האסטרעכט" די פעסווארד פאר די ניק "xyzzyx", און נאר איך האב די פעסווארד פאר "אנשדסאטמאר", און נאר ער האט די פעסווארד פאר "האסטרעכט".

איך זאג דיר נאכאמאל צו. אז די וועסט נישט חרטה האבן פארן זיך פאראייניגן מיט אינז, און שרייבן ווי נארמאלע מענטשן, אדרבא, זאג די מיר, וואס נאך איך קען טון דיר צו איבערווייזן אז מיר זאגן אמת, אבער פאלאנג נאר איינשטענדיגע זאכן.

(הערה: ווי יעדער זעט האט ער מיר נישט געענטפערט אויף די קריטישע פראגע פארוואס עס ברענט אים צו האבן אן אייגענעם פארום)
------------------------------------------------

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
זאג מיר ווער דו ביסט.
------------------------------------------------

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
ווארהייט, פליז פאלאנג פון מיר אן איינשטענדיגע זאך, דעמאלטס קען מיר רעדן.

(הערה: א קורצע צייט פריער האט ער מיר געזאגט אז ער גייט מיר זאגן ווער ער איז, און מיטאמאל בין איך דער וואס פארלאנגט נישט אנשטענדיגע זאכן)
------------------------------------------------

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
יעדער זאך וואס איך וועל דיר זאגן וועסטו זאגן אז ס'איז נישט איינשטענדיג. קאל מיך מארגן אין אפיס און זאג מיר ווער דו ביסט.
------------------------------------------------

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
פראביר אויס, בעט א פאר זאכן וואס די האלסט אז ס'איז איינשטענדיג, און לאמיר זען.

וואס איז דיין טעלעפאן נאמבער?

-------------------------------------------------

(די פאלגנדע מעסעדזש האב איך אים היינט געשיקט, נאכדעם וואס ער האט ענדליך אויפגעדעקט זיין מאסקע און ארויסגעקומען אין קאמף קעגן די אהרונים)

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
עס איז מיר געגאנגען ביטער שווער צו איבערצייגן די אהרונים אז דו ביסט א זאלי.

ישר כח פאר'ן אויפדעקן דיין אמת'ן פרצוף היינט.

ביטע גיי אן מיט די ווירטשאפט, איך האב עס ליב.
-------------------------------------------------

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
אז די ווייסט נישט וואס די רעדסט, זאל איך וויסן?
-------------------------------------------------

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
דו ווייסט פשוט נישט, הא?

וואס פשט פון דעם טעראר וואס קומט פאר קעגן אהרונים אויף דיין פארום, מיט די שטיצע פון די מנהלים?
-------------------------------------------------

אנשדסאטמאר
~~~~~~~~~~~
פארוואס קיקסטו אין מיין פורום?

עפן אן אשכול אין מיין פורום, און פרעג מיך דארט, וועל איך דיר ענטפערן.
-------------------------------------------------

ווארהייט
~~~~~~~~~~~
איך עפן נישט קיין אשכול אין דעם זאלונישן פארום, און באמת וואלט איר ניטאמאל געשריבן די תיבה אישית צו דיר, נאר היות דו האסט מיר געשיקט א תיבה אישית וואו דו האסט געשפילט ווי א שעפעלע, אז דו ביסט אן אהרוני און דו ווייסט נישט וואס איך וויל פון דיר, האב איך דיר געוואלט זאגן א ישר כח פאר'ן אויפדעקן דיין אמת'ן פרצוף ווער דו ביסט, פשוט ווייל ס'איז אין שמחה כהתרת הספיקות, און יעצט איז ביי מיר קיין שום ספק אז איך ווייס אז דו ביסט א זאלי.
---------------------------------------------------

תוקן על ידי - ווארהייט - 03/01/2006 7:13:35

שלמההמלך » 3/1/2006 07:19

שלום משה, וואס די זאליס האבן געטון שמיני עצרת אין ראדני איז אויך "כדי צי ציעם סומפאטיע פין מענטשען צי זייער זייט"

ווארהייט » 3/1/2006 07:19

ווי יעדער זעט פון די צוויי לינקס וואס שפיצער האט געברענגט, געפינען זיך נאך יעצט 12 אזייגער ביינאכט אשכולות וואס זענען מגלה נעמען פון אהרונים אויף דעם פארום חדשות זאלונים

אנשדסאטמאר, ווען דו וואלסט געווען אן אהרוני וואלסטו דאס נישט צוגעלאזט.


תוקן על ידי - ווארהייט - 03/01/2006 7:20:03

שלמההמלך » 3/1/2006 07:25

ווארהייט, פארוואס באקסטו יעצט אויף נאך פרוף?

האסט דאך גענוג?........אהההה מגלייב דיר נישט?.........נעבעך...........איי פיעל יאר פען.

ווארהייט » 3/1/2006 07:27

שלמה המלך, איך האלט מיך צו קלוג ביי מיר צו פירן א פאלעמיק מיט איינער וואס האט אזא קליינע IQ ווי דיר.

שלמההמלך » 3/1/2006 07:29

ביי די וועי, וועלעכע לייביש, מיינט ער אז די ביזט?


וויינפעלד?
מאשקאוויטש?
ווערצבערגער?
שווארטץ?
אבעלעס?
עקשטיין?
מייער?
ניימאן?
ווייס?
געלב?
פדיעדמאן?

שלמההמלך » 3/1/2006 07:34

אה קעי שלום משה, אזוי ווי די האסט געזאגט "זאלן אנדערע באשליסן צי איך בין גערעכט צי נישט"

איך האב באשלאסן אז די ביזט א פאלנער ליגענער ארוני, און די ביזט נישט גערעכט, די ביזט אבער נישט אינגאנצן יוסלעס, די ביזט א פערפעקט שטרייכערל פאר די שטירמער (כמיין צוזאגן בלאט פלעק)

שלמההמלך » 3/1/2006 07:37

שפיצער, שפיצל, בא לשקר, כל ארוני, היינו הך.

שלמההמלך » 3/1/2006 07:44

איך קען נישט סטאפן צו לאכן, ווארהייט, איז נאר דארט אריין 4 מאל, דאס מיז זיין די ערשטע מאל וואס די זאגסט אמת?

וועם נאך גייט אזוי אין לעבן, אז די קיך, ווי די האסט מורא אריינצוגיין, ווייל די קענסט נישט געווינען קיין וויקוח אויף אן אפענעם פורום, זאל נישט עקזיסטירן?

קיינעם נישט.

די רייצט יעדן אן.

גוטזאגער » 3/1/2006 07:48

ער האט געזאגט פיר מאל אין די לעצטע פינף טעג, דו דומקאפ!

שלמההמלך » 3/1/2006 07:54

יא, יא, נאר, "פיר מאל אין די לעצטע פינף טעג" און איך בין די דומקאפ! און די ביזט דער שוטהזאגער.

גוטזאגער » 3/1/2006 08:06

שלמה המלך, ווי אלט ביסטו?

שפיטצער06 » 3/1/2006 08:25

גוטזאגער » 3/1/2006 08:27

מען בעט יעדער איינער זאל שיקן תיבה אישית צו די מערכת פון היידפארק, צו פראטעסטירן די אומפארשעמטע גילוי שמות וואס קומט פאר אין יענעם פארום.

שלמההמלך » 3/1/2006 08:41

שלום משה, די בעלאני וואס די האסט אויסגעזויגן פין פינגער, דיינע "אומדירעקטע באווייזן" איז א דירעקטע באווייז אז דאס זענען די ארונים, ווארהייט מיט זיינע ניקס, חברים. ווייל דער "יjאהרו" וואס האט געמאכט די אשכול וואס די ווייזט אן, איז א "פאלנער ארוני סאבאטאזש ניק" וואס ווארהייט האט געמאכט.

די זאגסט "איך קען די תוכן פין די שרייבערס דא זיי זענענן נערמאלע שרייבער זיי טיען נישט אזעלכע זאכן ווי עפענענן צווייטע ניקס, עס מוז זיין אז די זאליס טיען עס" ניטא ווער זאל לאכן, סאו די ווייסט אז זיי זענען "פאלנער ארוני ליגענערס"

און יעצט נאך אמאל, די ווייסט שוין, אז די ביזט נישט גערעכט?

אז נישט, וויל איך דיר נאכאמאל זאגן. און אויך אז טאמער די שרייבסט דאס פאר די "שטירמער" לייענער, דעמאלץ ביזטו אבער "נאך ווי" גערעכט.

און צו דיר XXXזאגער, איך בין העכער די דרינקינג עדזש.

און ראביי שפיצער, "פאר וואס" "אבער דא" "איכה" "נאך גילי" וויל איך זאגן, אז, א פייגל האט זיך דארט באמאכט, האסט געזען?

און נאך עפעס פאר דיר ווארהייט, איך זע אז ווי לאנג די ביזט א טשיקען, און די גייסט נישט אריין אין די קיך, מאכן זיי אסאך בעסער (עפל) סיידער פון דיר.

שלמההמלך » 3/1/2006 08:47

מנהל, פארוואס האסטו אראפגענומען וואס איך האב געפעסט? סהאט נישט קיין גילו, קיק עס גוט דורך,
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1746062

אפשר קענט איר מיר זאגן וועלעכע לייביש, ער מיינט אז ווארהייט איז?


וויינפעלד?
מאשקאוויטש?
ווערצבערגער?
שווארטץ?
אבעלעס?
עקשטיין?
מייער?
ניימאן?
ווייס?
געלב?
פדיעדמאן?

תוקן על ידי - שלמההמלך - 03/01/2006 8:48:07

wassa_dif » 3/1/2006 09:00

ביטע לאז די קינדערישע קליינקעפיגע וויכוחים איבער ווי אזוי מענטשען פירען זיך אויף אין אנדערע פארום'ס אין זייערע פארום
ביז ווילאנג איך רעד דאס נישט דורך מיט די אנדערע מנהלים איז דער נושא פארמאכט.