אין די לעצטע פאר טעג זענען א טייל פון די וועטעראנען גולשים אויף היידפארק געקומען דא אין פארום פארשלאגן ברבים עטליכע גאר גוטע עצות און פלענער בנוגע דאס ווייטערדיגע פירן דעם פארום על צד היותר טוב.
מיר אין די הנהלה שטייען גרייט צו הערן פון יעדן איינציגן גולש וואס ער האט פארצושלאגן צו פארבעסערן דעם ניווא פונעם פארום, אבער כדי עס זאל נישט ווערן קיין פארפלייצונג פון טעמעס, ווילן מיר דעריבער איינפירן ווי פאלגנד:
יעדע הצעה וואס ווערט פארגעשלאגן, ברבים אדער אין אישית, און עס זעט אויס ווי אן ערנסטע הצעה, וועט ארויפגעשטעלט ווערן אויפן פארום אונטער א "אנקעטע" אשכול. דער אשכול וועט ווערן א אשכול עוגן פאר א שטיק צייט, און יעדער וועט האבן די רעכטן דארט צו זאגן זיין מיינונג אויף יעדן פארשלאג, די הנהלה וועט באטראכטן אלע מיינונגען, און דערנאך וועלן אלע מנהלים אינאיינעם אפמאכן וואס עס איז דאס בעסטע.
אויב איר ווילט נישט שרייבן אינעווייניג, קענט איר שיקן אייער ארגומענט אין אישית צו איינעם פון די מנהלים.
אדער קענט איר עס שיקן צו KOL_HOALOM@YAHOO.COM