ווי יעדער האלט דא מיט, איז דא אויף היידפארק א אפיציעלע/אומאפיציעלע פארמעסט, ווער זאל איבערנעמען חדשות אנש, צווישן כל העולם כולו, מיט חדשות אנש דסאטמאר
ווי יעדער ווייסט, איז די הצלחה פונעם פארום, צו ברענגן וויכטיגע און אינטערעסאנטע נייעסן, אזוי אויך, איבערשמועסן די לעצטע געשעהנישן, און אויך, מיטצוהאלטן דעבאטעס פון די צוויי זייטן.
ווי יעדער פארשטייט אויך, קען מען דאס דריטע זאך, דעבאטעס נישט פירן צווישן זיך מיט זיך, עס מוז זיין צווישן מיר מיט דיר, דעריבער שטעלט זיך ארויס א פראבלעם אויבנאויף, אויב אלע זאלי'ס גייען צו איין לאגער, און אלע אהרונים צו די אנדערע איז נישטא קיין פארמעסט
למעשה, האלט איך אז אדרבה, די איצטיגע פארמאט וועט אי"ה זיין מיט מער הצלחה ווי די ביז איצטיגע חדשות אנש, און עס איז געבויעט אויף 'אייןסאטמאר' עצה
[איין סאטמאר האט אראגעברענגט וואס קרןהתורה13 האט געשריבן אויף חדשות אנש דסאטמאר, און גע'ענטפערט דא ביי אונז]
און דאס איז, האבן א פארום מיט שטארקע תקנות, וואס וועט צושטעלן, אינטערעסאנטע נייעסן, אנאליזן איבער די געשעהנישן, און אויף דעבאטעס איבער די פאסירונגען
וועט איר פרעגן די זאליס ענטפערן דאך נישט דא
איז מיין עצה, צו טאן וואס אייןסאטמאר האט געטאן, אראפברענגן פון די צד השני זייערע שטעלונגען, 'אבער', 'אבער' נאר מיט א גרויסע 'אבער'
און דער 'אבער' זאל זיין, אז די גולשים, און די מנהלים זאלן דאס איבערקוקן און אין אנהייב פארסירן, אז נאר די אינטערעסאנטע, תוכן'פולע, ווערטפולע טענות פון די אנדערע זייט, זאל מען קענען אראפברענגן
דהיינו, אויב איין פון חכמי כעלעם וועט אנהייבן טענה'ען אז אין קרית יואל איז דאס 200/300/400 בחורים און אין קווינס איז דא 600/700/800 בחורים, זאל דאס נישט קענען ווערן קיין אישו, פאר עטליכע סיבות, איינס עס איז קינדיש, 'איך האב מער' 'איך בין שטערקער', ווייל ווער עס וויל באמת וויסן קען קויפן די ליסטעס פון די צוויי ישיבות [אני הקטן האט ביי מיר אין באזיס ביידע און אין קרית יואל איז דאס 608 און אין קווינס 535] און זיך אליין איבערצייגן די מציאות, צווייטענס, עס איז א 'נעווער ענדינג סטארי' מען האלט אין איין שרייבן און צוריק שרייבן, און דריטענס והוא העיקר עס ברענגט אראפ די ניווא פונעם פארום
אנדערע אישו'ס, ווי ווער עס איז שולדיג אין מציצה בפה, עירוב, דין תורה, כח העסקנות, און נאך פיל אנדערע אויב ברענגן די אנדערע זייט אראפ פאקטן, שטארקע סברות, וואס האט איז זיך אמת, אדער תוכן, אדער שכל, מעג און דארף דא אראפגעברענגט ווערן, ווייל נאך אלעם, ווילן די אידן דא אויף כל העולם כולו וויסן אויב איז דא א פראבלעם, שטייען מיר שטארק אדער שוואך, האבן מיר יא אדער נישט באגאנגן א עוולה, זענען מיר יא אדער נישט באגאנגן א גרויסער סטראטעגישער טעות
דעריבער, ווענד איך מיר דא צו די מנהלים, חשובע גולשים, מיט א פארשלאג און פראגע
זאלן מיר האבן די מעלות פון ביידע זייטן, אבער אויך א אינטערסאנטע 'נארמאלע' פארום, און מקיים זיין דעם 'תוכו אכל קליפתו זרק', און וויאזוי זאל מען דאס איינפירן
האטס מיר אלע א פרייליכן חנוכה
תוקן על ידי - kjalliance - 01/01/2006 23:59:23
תוקן על ידי - kjalliance - 02/01/2006 0:00:50
תוקן על ידי - kjalliance - 02/01/2006 0:02:04