היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » רבי!! פארוואס ביסטו משנה???

רבי!! פארוואס ביסטו משנה???

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1742944

פאפקארן » 1/1/2006 08:38

יא! די וואך איז אן עלטערע באבובער ייד אריין לקודש פנימה און געפרעגט דעם רב שליט"א פארוואס איז ער משנה די מנהגים וואס די פריעדיגע רב האט זיך געפירט?

און די רב שליט"א האט עם געענטפערט אז ביים טאטן האט טאקע די עולם נישט מיט געהאלטן ווייל ס'איז געווען "באורינג" אין "איך מאך עס אינטערעסאנט כדי אונטער צו האלטן די עולם" עכ"ל הק'.



תוקן על ידי - פאפקארן - 01/01/2006 9:03:06

the_mouse » 1/1/2006 09:03

לויט די הצלחה פינם נייע טעיפ פין ליפא שמעלצער מיין איך אז ענק זאלן איינלאדענען ליפא שמעלצער צו פירן טיש מיט שיינע סטראקעס און געבלימטע בעקטשע מיט אן הויכע ברייטע גארטל מיט איצטלא דרבנן אין די "עולם וועט זיך שטארק אינטערהאלטן"
האהאהאא







תוקן על ידי - the_mouse - 01/01/2006 9:08:31

פאפקארן » 1/1/2006 20:44

ערשטער נאכט חנוכה ביים טיש האט דער צעישינובער רב שטילערהייט געפרענגט דעם רב שליט"א פארוואס ער איז משנה מדרכו אביו



האט דער רב שליט"א הויך אויסגערופן בפני קהל ועדה אז דער צעישינובער רב איז א בעלזא אייניקל האט ער אין זיך חוצפה צו פרעגן, אין א צווייטען פלאץ וואלט מען אים ארויסגעטראגן בשן ועין.....



אבער מיר זענען איידעלע מענטשען טוען נישט אזוינס

וועלן מיר מסביר זיין די כוונה פון זינגן זמירות שלש סעודות ביים חנוכה ליכט



עס איז געבליבן "תיקו" ווייל דער עולם האט נישט אנגענומען די תירוצים פון משנה זיין פונעם באבאבער דרך

פאפקארן » 2/1/2006 05:10

קען מיך איינער פין די רב'ס חסידים מסביר זיין פארוואס איז דער רב משנה פינ'ם טאטן?

האלט ער אז ער פארשטייט בעסער?

האלט ער אז ס'ליגט גארנישט אין די מנהגים, און מ'טוט וואס מ'וויל?

האלט ער אז כדי עס צו מאכן אינטערעסאנטער און האבן נאך 50 מענטשן ביים טיש- פארדעם טרעט מען אויף די באבובער אלטע אויסגעטרויטענער וועג?

וואס האלט די רב? פארוואס טוט ער דאס?

ווער\ווי זענען די יועצים?

קדושת_ציון » 5/1/2006 02:55

'
[בילד – נישט אפגעהיט]