כל העולם כולו אויפ'ן פארנעם פון חדשות בארא פארק און חדשות ניו יארק
איך קום דא מיט א פארשלאג צו אלע חשוב'ע חברים אז מען זאל האלטן דעם פארום אויף א הויכן ניווא, אז נארמאלע מענטשן זאלן זיך טרעפן דא דאס פלאץ.
פארוואס קום איך צו ענק מיט די פארשלאג ווייל זיך אומקוקנדיג דא די לעצטע פאר טעג האב איך געזען אלס מער און מער אז די נארמאלערע באזעסענערע גולשים זענען געקומען צו אונז און די אומציוויליזירטע אומדיסציפלינירטע גולשים זענען געגאנגען צו דעם אנדערן פארום, איז מיר איינגעפאלן אז אויב שוין יא אזוי זאלן מיר ארויפברענגען דעם ניווא פון אונזער פארום אויף דעם זעלבן פארנעם ווי עס פלעגן זיך פירן די פארומס חדשות בארא פארק און חדשות ניו יארק (איינער געדענקט זיי נאך?) וואו עס איז געווען א נחת אריינצוקומען, עס זענען טאקע פארגעקומען היציגע דיסקאשענס אבער אלעס איז געגאנגען מיט א מורא'דיגן רעספעקט און אינטעליגענציע.
איך וועל אין דעם אשכול ארויפלייגן עטליכע הצעות וויאזוי מען קען זיכער מאכן אז דער ניווא פון דעם פארום בלייבט הויך אז די וועלט זאל זען אז ס'איז דא נארמאלע מענטשן אויך אין אונזערע קרייזן.
און ניין, איך האב גארנישט מיט'ן פארום, איך בין א פלעינער גולש ווי ענק אלע, אבער איך האב אויך דעם זעלבן רצון ווי ענק אלע אז דער פארום זאל זיין א פלאץ וואו נארמאלע מענטשן זאלן זיך קענען אויסטשוכען אין א נערוועזן מינוט און סתם אזוי געוואויר ווערן אינטערעסאנטע נייעס אין יעדע צייט.