היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » קווינס בחורים צולאזט שבת אין ראדני

קווינס בחורים צולאזט שבת אין ראדני

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1742859

מבני_בניו » 1/1/2006 04:58

די וואך האט דער באקאנטער מן הארץ ר' זלמן לייב עובר געווען אויף די תקנה פון רבין זי"ע נישט צו זאגן קיין תורה בשום אופן, און ער האט געפירט טיש אין ראדני פרייטיג צו נאכט'ס (י"א וועגן ער האט געדארפט גיין קאמפעטישאן מיט זיין נעפיו פון אנטווערפן וואס האט געפירט אין הופער, אבער צום סוף האט זיין נעפיו עניוועי געהאט א גרעסערע עולם ווי ר' זלמן לייב).
תורה האט ער נישט געזאגט ווייל ער איז געווען הייזעריג (וועגן דעם האט ער אויך נישט געדאוונט שבת צופרי, אז מזאל זען ער איז עכט הייזעריג...), אבער קולות איז יא געווען.
די קווינס בחורים זענען געווען צולאזט, מסתם האט זיי געבאדערט אז סאיז געווען אזא קליינע עולם, וועגן דעם האבן זיי ארויסגעווארפן אפאר אהרונים וואס זענען אריין דארט קוקן, אינקלודינג י. א. ר. בחור.
למעשה האט עס אזופיל אויפגעטון אז די ביסל בחורים וואס זענען שוין דארט געווען האבן געמוזט ארויסשיקן די אהרונים וואס זענען געקומען, סאו זענען די ברענטשעס געבליבן טאטעלי ליידיג, און די זאליס האבן געהאט בושות נוראות פון די אהרונים וואס האבן שוין יא געגעבן א קוק אריין וואס טוט זיך.



תוקן על ידי - wassa_dif - 01/01/2006 5:13:21

אלעסאמת » 1/1/2006 05:03

אנטשילדיג דא דארף מען שרייבן מיט א ר'

ישר כח wassa_difפארן פאר רעכטן

תוקן על ידי - אלעסאמת - 01/01/2006 5:09:38

ווארהייט » 1/1/2006 07:02

ישר כח wassadif פאר'ן האלטן דעם ניווא פונעם פארום הויך.

majyar718 » 1/1/2006 18:22

פשרה:
מדארף שרייבן ר' !

אבער די כוונה דערפון קען זיין:
ר'שע
ר'וצח
ר'ייסער...
ר'עבעל..(האסידיק)...
ר'ויבער
ר'ינדער-פלייש
ר'ינדיגער
ר'אצער
ר'אצפאת...
ר'אציגער
וכדו' וכו' א.ד.ג.

שוין?
איז יעדער העפי?

אפילו שליט"א קאן מען אויך נוצן
(אלס קללה....)




wassa_dif » 1/1/2006 18:37

מאדזשיאר
געזונטערהייט

majyar718 » 1/1/2006 19:22

שקל_שלם » 2/1/2006 02:12

סאיז געווען א רחמנות צו זען דעם רבין ווען מהאט אים אריינגעשלעפט פרייטיג צו נאכטס אין ראדני דאווענען.
די דאווענען האט מען אפגעחיפערט, ווייל די רבי איז שוואך, ביים דורכגיין איז די רבי געזעצן האלב איינגעפאלן אז סהאט אויסגעזען יעדע רגע ווי ער גייט צאמפאלן און באטראכט דעם עולם און גארנישט צוריקגענפערט פאר קיינעם.
און די רשעים לאזן נישט זאגן קיין תהלים.

תוקן על ידי - שקל_שלם - 02/01/2006 2:13:31

שקל_שלם » 2/1/2006 02:16

אויך ביסטו גערעכט וועגן די טישן.
איך בין אויך געווען ביי ביידע, ביי ר' זלמן לייב בין איך אפילו געווען לענגער, און נישט נאר וואס אין הופער איז געווען מער מענטשן, אפשר ווייל סאיז געווען דארטן אפאר זכרים, אבער בכלל די גערעדעכץ איז געווען אנדערש, אין הופער האט מען גערעדט וועגן די תורה און אין ראדני איז מען נאר געווען ביזי מיט וויפיל מענטשן סאיז דא און וואס די אהרונים זאגן.

שקל_שלם » 2/1/2006 02:17

אויך האסטו פארגעסן צו זאגן, אז סאיז געווען די ערשטע מאל וואס ר' זלמן לייב האט געהאט די חוצפה צו פירן טיש אויף זיין טאטעס פלאץ, נישט שלש סעודות.

בא_ללמד » 2/1/2006 02:34

שקל שלם.

ביזט נישט גערעכט.

עס איז נישט די ערשטע טיש וואס ער פירט אין ביהמ"ד.

אפגערעדט אז איך זע נישט קיין חילוק פון שלש סעודות ביז א טיש, האט ער געפירט שוין עטליכע מאל אין די ימים טובים די לעצטערע יארן.

און אויב כ'געדענק גוט, האט ער אויך געפירט איינמאל ביי א שמחה טיש אין ביהמ"ד.

אבער ווילאנג ער געט די "פעיראל טשעקס", דארף ער פון גארנישט מורא האבן...

שמח_תשמח » 2/1/2006 04:17

בא ללמד, ער מיינט זיכער חנוכה, חנוכה האמיר נאכנישט זוכה געווען ער זאל פירן אויפן טאטענס פלאץ.
מיר אלע ווייסן דאך דער סוד פארוואס...
ווי אזוי גייט דאס באקאנטע ניגון... אז מען קען נישט און אז מען ווייסט נישט נעמט מען זיך נישט אונטער....

weiss321 » 2/1/2006 21:38

queens boy's have gotten like the transit in a strike this week
they planed a strike that nobody should show up in yeshiva, the 17 year old will go to myrtle and 19 yera old will go to clymer instead of coming last week in yeshiva
the reason: because the new yeshiva building is not ready and they can not play with a lot of space
they spray'd and wrote on all walls in queens to strike