היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מיטינג מיט העלט קאמישאנער טאטעל דורכפאל

מיטינג מיט העלט קאמישאנער טאטעל דורכפאל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1742828

מבני_בניו » 1/1/2006 04:04

פאריגע וואך פרייטיג זענען די זאליס, וואס זענען זייער צובארכן פון די מעכטיגע פאטש וואס זיי האבן געכאפט פון בלומבערג וואס לאכט פון זיי אין פנים און לאזט זיין קאמישאנער ארויסגעבן רעקאמענדעישאנ'ס און דעקלערעישאנ'ס, געלאפן האבן א מיטינג מיט פרידען, די העלט קאמישאנער, און אים מסביר זיין אז אזויווי זיי האבן געוואוט פאר בלומבערג זאל ער צוריקציען און זאגן אז די התאחדות "אויספארשונג" איז יא א גוטע. און די זאליס זאלן נאכאמאל קענען טראמפייטערן אין איד אז "זלמן לייב האט געראטעוועט מציצה בפה".
אבער דער פרידען האט גערעדט און זיך אויפגעפירט ווי א עכטער אנטיסעמיט, אזוי ווייט אז די זאליס האבן געמוזט ארויסלויפן אינמיטן די מיטינג אלס סטראשע!
בלייבט איבער צו זען וואס גייט זיין נעקסט.

מבני_בניו » 1/1/2006 04:05

אויך שמועסט מען אז מ'גייט (ווער?) אריינגעבן א לאוסוט אין קאורט (קעגן?) וועגן די מעשה וואס די העלט דיפארטמענט מיט פרידען האט זיך ארויפגעכאפט כאילו א קינד האט באקומען הערפס פון די מוהל דורך מציצה בפה, אין צייט וואס עכט האט די מאמע געהאט הערפס.

ווארהייט » 1/1/2006 08:21

און די קעלבער האבן נאך געגלייבט אז די צרה איז שוין פארביי און עס פארקויפט פאר אונז אויף היידפארק.