לאור דעם הייסן רוף פונעם רב שליט"א איבער די שעדליכע השפעה פון גויאישע טעאטער סטיל ניגונים, און איבער די שרעקליכע פאלגן וואס דאס קען ברענגען, מייך איך אז עס וואלט געווען א דבר בעיתו - אלס זה לעומת זה, און צו פארגרינגערן דעם נסיון - צו דערמאנען אלע היימישע זינגער און טעיפס וועלכע זענען דא צו באקומען אויפן מארק, וואס קען איינשפארן דעם פראבלעם פון דארפן אנקומען צו גויאישע טעיפס.
באמת איז דא אויף היידפארק פאראן א פארום מיטן נאמען "חדשות אנש עולם הנגינה", וואו די אלע זאכן ווערן אויסגעשמועסט ברייט, אבער רוב עולם גייט נישט אהין, און אפילו ווען יא דארף מען זיין באמת א מומחה אין מוזיק צו פארשטיין אלעס וואס דארט שטייט.
דעריבער וויל איך דא אנפאנגען דעם אשכול וואס זאל בקיצור ארויסברענגען נאר די עכט היימישע טעיפס, זייערע מעלות און חסרונות, אויף א גרינגע שפראך וואס זאל זיין שוה לכל נפש, אן אלע הויכשטאפלערישע ווערטער.
דער אשכול איז בעיקר געצילט פאר אינפארמאציע פאר ווער עס ווייסט נישט, איבער אלע אלטע און נייע באמת אינטערעסאנטע היימישע טעיפס אדער ניגונים. אויב מעגליך אויך ביטע צושרייבן וואו מען קען עס קויפן אדער הערן אויף די אינטערנעט.
יישר כח.