היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » טשאלענדזש: זאלן זיי זאגן ווער זיי זענען

טשאלענדזש: זאלן זיי זאגן ווער זיי זענען

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1740933

ווארהייט » 30/12/2005 18:18

איך טשאלענדזש דא די מנהלים פון חדשותזאלונים אז זיי זאלן איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען און זאגן ווער זיי זענען.

ניין, כ'מיין נישט זייערע אמת'ע נעמען, אבער זאלן זיי אונז זאגן וואסערע ניקס זיי זענען געווען, פאר זיי האבן זיך ניי געבוירן און געגעבן נייע אידענטיפיקאציעס.

ווי יעדער ווייסט דויערט א שטיק צייט זיך צו באקענען מיט די פרימיטיווע פיטשערס פון היידפארק, און נאכדערצו וויאזוי צו זיין א מנהל. אויך ווייסט יעדער אז נאר איינער וואס איז א לאנגיעריגער היידפארק באזוכער קען זיך אזוי גוט אויס מיט די אלע פרטים איבער דזשובוי און חדשותאנש א.א.וו. און איינער וואס האט נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן ביז יעצט האט זיכער נישט קיין צייט פלוצלינג ארויפצולייגן אויף זיך דעם עול פון א מנהל. אלזא, ס'איז קלאר ווי די טאג אז עטס/דו זענט נישט קיין נייע גולשים, נאר אלטע היידפארק שרייבערס און אויך - זאליס (ווייל קיין שום אנדערע סיבה זע איך נישט פארוואס די זאליס זאלן ענק/דיר טראסטן אזוי שטארק, אזש אז זיי זענען אזוי זיכער אז איינמאל די אהרונים קומען אריבער צו יענע פארום וועט מען קענען מאכן סדר מיט זיי)

אלזא, זינט איר ווילט דאך נישט הייסן טשיקנס און פחדנים, טשאלענדזש איך ענק איר זאלט ארויסווייזן אביסל גאטס און אונז איינמאל פאר אלעמאל אויפדעקן ווער איר זענט

ווי נאר יענע מנהלים טוען עס וועלן מיר אלע אריבערגיין צו יענעם פארום און אנפאנגען אהין שרייבן, פארשטייט זיך נאר נאכדעם וואס זיי פירן איין א נייטראלע ווירטשאפט און נעמען אויף א נארמאלן אהרוני אלס שותף-מנהל.

חברה, אין אמעריקע זאגט מען קאט די... אלזא, סטאפטס מיט די באלאניס!

מיר ווארטן אויף אן ענטפער.


תוקן על ידי - ווארהייט - 30/12/2005 18:26:38

שלמההמלך » 30/12/2005 18:31

ווארהייט, קומסט שוין ווייטער מיט דיינע בהמה שטיק,

אז זיי וועלן זאגן אז זיי זענען, דער און דער, וועסטו דאך זאגן אז סאיז שקר.

און די זאגסט,

"ווי נאר יענע מנהלים טוען עס וועלן מיר אלע אריבערגיין צו יענעם פארום און אנפאנגען אהין שרייבן, פארשטייט זיך נאר נאכדעם וואס זיי פירן איין א נייטראלע ווירטשאפט און נעמען אויף א נארמאלן אהרוני אלס שותף-מנהל"

ווער גלייבט דיר נאך?

וואס נאך מער נייטראל אדער ליבעראל קען מען נאך "איין פירן"?

געב זיי א ליסט פון 10 נארמאלע ארונישע ניקס, אדרבא.

בא_ללמד » 30/12/2005 18:38

ווארהייט

יעדעס ווארט איז צוקער זיס.

נאר איין קליינע הערה:

אויפנעמען אן אהרוני/זאלי אלס שותף מנהל איז נישט גענוג, ווייל אויב למשל איך געב איבער דעם "כל העולם" ניק פאר דרייניץ, און ער הייבט אן צו מאכן פראבלעמען, וועט די מערכת פון היידפארק אלעמאל מיר געבן גערעכט ענדערש ווי פאר אים.

די עצה פאר דעם איז, אז ביידע זאלן שוין יעצט אפמאכן און זאגן קלאר פאר די מערכת, אז אין פאל פון א קאנפליקט וועט מען זיך ווענדן צו איינעם פון די באקאנטע ניקס אלס בורר, אויף וועמען ביידע זענען שוין יעצט מסכים.

יעצט צוריק צו די טעמע:

פארוואס באהאלטן זיך יענע מנהלים ווי א כלה אונטער די חופה ?!

שלמההמלך » 30/12/2005 18:41

ווייל סזאל נישט שאדן קיין "עין הרע"

נארמאל » 30/12/2005 20:46

OK OK

איך זאג שוין אויס:

XYZZYX : ווארהייט
אנשדסאטמאר: אלעס אמת
האסטרעכט: נאר פרייליך

איך האב לאנג געטראכט צי איך זאל עס ארויס געבען,
אבער איך זעה אז עס גייט ענק אין לעבען,
קען איך מיך שוין נישט איין האלטען!

א גאנץ יאר פרייליך!

majyar718 » 30/12/2005 22:42

ביסטו נארמאל?.......

ווארהייט » 1/1/2006 03:31

שוין אריבער דריי טעג און די חברה האבן נאך אלץ נישט געענטפערט ווער זיי זענען.

גיי ווייס פארוואס זיי האבן מורא ארויסצוגעבן זייערע אמת'ע "נייטראלע" ניקס פון ביז יעצט.

ווילי_חסיד » 1/1/2006 03:43

וואס גייט זיין די נעקסטע שריט פון חדשות אנש הזלוינים גייט דרייניטץ לייגן איינע פון זיינע ניק'ס ווי ער שפילט ארויני פאר מנהל משנה אדער אן אנדערע ניק

אידישקינד
אוטרעמאנט
kj_village
zalishor
אני_יהודי
FALTCH
דרייניטץ
נארמאל
xyzzyx
האסטרעכט
אנשדסאטמאר
שלמההמלך
fiyneryed

אויב זעט איינער א ניק וואס איך האב פארגעסן זאל ער עס שרייבן

מבני_בניו » 1/1/2006 04:06

האסט פארגעסן: ווילי חסיד.

ווארהייט » 1/1/2006 07:55

דער ניק ווילי_חסיד איז געווען א געלונגענער טריק פון די אהרונים צו דערגיין דעם אמת, וואס ליגט ביהיינד די חדשותזאלונים פארום.

פאר אפאר טעג האט ווילי_חסיד געשריבן ווי א זאלי, ביז ווילאנג די זאליס האבן אים שוין גוט געטראסט, און אים ארויסגעגעבן אלע זייערע פלענער וואס זיי פלאנען צו טאן מיט די אהרונים.

אזוי ווי מען האט שוין מפרסם געווען פאריגע וואך.

wassa_dif » 1/1/2006 09:10

איך פארשטיי נישט וועם גייט אהן וואס איז געווען זייערע אלטע ניקס? גר שנתגייר כקטן שנולד דמי. פארשטייט זיך אז פאר מנהל דארף מען לייגען א ניק מיט א היסטאריע אלץ אהרוני אדער זאלוני וואס יעדער זאל קענען זעהן און נישט קיין פרישגעבאקענע ניקס.
(סיי ווי ביז א וואך צוויי וועט מען קענען זעהן אויף די נייער ניקס ווי זיי געהערען זיך)

ווארהייט » 2/1/2006 07:01

יום ד'

מען האלט שוין דעם פערטן טאג און נאך אלץ האבן זיי/ער נישט ארויסגעגעבן די נעמען פון זייערע פריערדיגע ניקס. זיי עפענען נאכאנאנד אשכולות מיט פרישע באפקעס און תירוצים אבער דעם אמת געבן זיי נישט ארויס.

די מנהלים/מנהל פון יענעם פארום מיינען טאקע אז זיי האנדלען מיט דריי יעריגע אינגלעך, וועמען זיי קענען אלעס איינרעדן?

פונקט האבן זיך צוזאמגעטראפן צוויי גוטע פריינט, און פונקט איז איינער געווען אן אהרוני און דער צווייטער א זאלי, און פונקט האבן ביידע שוין פונלאנג געליינט היידפארק נאר נישט געשריבן ביז'ן היינטיגן טאג, און פונקט איז פאר ביידן אריין א דזשוק אין קאפ צו עפענען א פארום, און פונקט האט דזשובוי אראפגעווארפן די סאטמארע נייעס פון זיין פארום.

עס איז ממש הפלא ופלא וויאזוי אלעס גייט ממש ווי זיי האבן געוואלט, ממש ניסי ניסים.

איך וואלט זיי אפשר אפשר אפשר געגלייבט ווען נישט דרייניץ שיקט ארום די תיבה אישית צו די זאליס אז מען זאל נאר שרייבן אין אונזער פארום, און ווען נישט אידיש קינד שיקט ארום די תיבה אישית אז דער פלאן איז צו מאכן סדר מיט די אהרונים אויף יענעם פארום.

בקיצור, דער טשאלענדזש בלייבט אפן, זאלן די מנהלים/מנהל פון חדשות זאלונים נישט זיין קיין פחדנים און לאזן וויסן וואסערע ניקס זיי/ער האבן גענוצט ביז יעצט. אדער זאל דער מנהל אויסזאגן זיין אמת'ן נאמען פאר צוויי טראסטבארע אהרונים (ווי למשל מקוה איד און בא ללמד).

תוקן על ידי - ווארהייט - 02/01/2006 7:02:28