היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נישטא קיין סקול פאר מיידלאך האלב חנוכה!

נישטא קיין סקול פאר מיידלאך האלב חנוכה!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1740141

majyar718 » 30/12/2005 07:52

אפשר קען איינער מטעם בתי חינוך לבנות מסביר זיין:
פארוואס ס'איז נישטא קיין סקול פאר מיידלאך האלב חנוכה?
מה זאת? האט דאס צוטוהן מיט פסח מאכען?......
אדער פתילות צום מנורה וועבן, אדער שמן פון זיתים אויסצוקוועטשן?......

נעווער מיינד די שכר לימוד וואס רעכענט נישט אראפ...
אבער וואס ווילט עטץ פון די אומשולדיגע מאמעס מיט קליינע קינדערלעך וואס זייער מנוחה ווערט געשטערט פון די פילע קינדער אויפן קאפ, די קינדער ווערן פשוט משוגע פון ליידיגיין פינעף טעג!

וואס איז דאס????

majyar718 » 1/1/2006 19:26

נו? וואס איז אייער מיינונג לגבי דעם?

אלעסאמת » 1/1/2006 19:32

קווינס ישיבה איז היינט צוגעמאכט ווייל ס'איז חאגע?

אדער גייט עפעס זיין ערגעטץ?

ווארהייט » 1/1/2006 20:53

די קינדער ווערן נישט משוגע פון ליידיגגיין, זיי טרעפן שוין עקטיוויטי, אבער זיי מאכן זיכער אז מיר זאלן משוגע ווערן פון פולגיין.