איך האב געהערט די מעשה פין גאר פארלעסליכער קוואל:
אין איינע פין לעצטע פאר וואכען, איז אב"ד ק"י געוועהן ביי איינעם פין זיינע נאך פאלגערס אינדערהיים, פאר א קביעת המזוזה.
אין נאכען ארויף קלאפען די ערשטע מזוזה, כאפט מען זיך אז עס איז, פארקערט ח"ו!
אין אב"ד ק"י האט זיך געגעבען א ריף אן בלשון קדשו,
"אוי, כ'האב מיך פארקיקט".
די עולם האט קודם נישט געוואלט גלייבען, מען האט געטראכט, זיכער האט ער פארגעסען די הלכה, אבער האט ער געמיינט אז אלעס קימט שוין היינט פארדרייט.
אבער נאכען איבער קיקען די ווידיאוי, האט מען געזעהן, יא, ער איז געוועהן גירעכט, ער האט זיך טאקע פארקיקט, ממש רוח הקודש.
דער עולם איז ארויס פין התפעלות!
ווער עס ווייסט מער פרטים, זאל ביטע איבער געבען!
גענומען פון קעניג חדשות אנש סאטמאר