היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » א סדר אין דארף

א סדר אין דארף

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1740039

A_Jew » 30/12/2005 02:57

"לכבוד חנוכה תשס"ו האב איך געגעבן מיינע ספרים צום בינדער. איך האב איהם געהייסען אלעס צוזאם בינדען אין איין גרויסען באנד. יעצט לא'מיר גיין צום חנוכה ליכט. ברוך אתה... להדליק נר חנוכה. ברוך אתה... בזמן הזה. שלום עליכם מלאכי השרת... הנרות הללו... ברוך ה' יום יום... זה חליפתי זה כפרתי... בבואו מ48... וכו' וכו'"

זאגטס מיר, דער מענטש איז אינגאנצען אראפ פון זינען? ער מיינט אז יעצט איז מיטל נאכט פורים? וואס איז געשעהן מיט זיינע יועצים? וואו איז מענדל ווען מען דארף איהם האבען? זיי לאזען איהם מאכען א ליצנות פון זיך און פון א ריזיגע עולם המכונה בשם באבוב?

כדי דער עולם זאל קענען מיטהאלטען מיט אלע נייע משוגעת'ן האט באבוב בראודקעסט געדרוקט א קונטרס בשם 'הדלקת נרות חנוכה עפ"י נוסח בן ציון בלילות הראשונים של חנוכה דהאי שתא שנת תשס"ו (איך וועל לייגען א לינק צום סוף פונעם הודעה).

נעבעך.

זיי קענען אפילו נישט דרוקען בן ציון'ס נוסח מיט א פעסטקייט ווייל ווער ווייסט וואס נאך וועט איהם איינפאלען. מוזען זיי שרייבען בלילות הראשונים שנת תשס"ו. וואס איז בלילות האחרונים? גיי ווייס.

אנשי 48, עורו ישנים משנתכם! ווילאנג וועלן ענק זיך לאזען פירען ביים נאז דורך דער...? ער מאכט ענק דאך ללעג ולקלס! לבי לבי עליכם.

דא איז א לינק צום קונטרס. דאס איז מהדורה שנייה, אין דעם מהדורה האט ער אריינגעלייגט א לזכר עולם יהיה צדיק פאר'ן מאראנץ. אין מהדורה א' איז געשטאנען זכיות שמורות לבאבוב בראודקעסט דאט קאם. איבערנאכט האט ער זיך בארעכענט אז עס זעט אויס ווי בן ציון איז אדמו"ר מבאבוב דאט קאם (אדער אדמו"ר מחצצקע...איך מיין חצר הקודש דאט קאם), האט ער עס פארביטען צו לזכר עולם. http://www.bobovbroadcast.com/other/Neiros_Chaniku_Bobov_V2.zip

נב. מדי דברי איינער האט מיר מעורר געוועהן אז נישט נאר וואס די אנשי דמים ומרמה שרייבען נישט אויפען רב ז"ל הכ"מ 'אדמו"ר זצ"ל' נאר אפילו דעם 'מרן' האבען זיי אויך אוועקגענומען (עי' בגליון כלאי הכרם). אויפען ערשטע רב ז"ל. מיטעלע רב ז"ל, פריערדיגע רב ז"ל און להבדיל אויף בן ציון שרייבען זיי כ"ק מרן אדמו"ר מוהר"ש, כ"ק מרן רדמו"ר מוהרב"ץ, כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל און כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א. ווען זיי דערמאנען אבער דעם רב ז"ל שרייבען זיי כ"ק אדמו"ר מהרנ"ץ זצ"ל (נישט מוהרנ"ץ, ווייל דעמאלס קען מען עס נישט ליינען מאראנץ). ב"ה זי דערמאנען איהם כמעט נישט, זעט אויס אז ער האט זוכה געוועהן צום בקהלם אל תחד כבודי.

A_Jew » 30/12/2005 03:08

מהדורה א'
[בילד – נישט אפגעהיט]

A_Jew » 30/12/2005 03:09

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

A_Jew » 30/12/2005 03:48

עס האט געזאגט א קלוגע יוד אז מיט זיינע משוגעת'ן און גניבות דארף ער טאקע דאנקען יעדן טאג וואס מען האלט איהם נאך אלץ רבי און זאגען ברוך ה' יום יום!

718851CASH » 30/12/2005 07:39

the_mouse » 30/12/2005 07:42

וואס גייט שוין פאר שוין ווייטער דארט אין לונדון?

SIM89 » 31/12/2005 21:07

וואס איז די מעשה מיט ר' חיים יענקל טעטשנובער?
עפעס האט ער געפרעגט פארוואס איז ער משנה
וואס האט זיך פאסירט דארט?

פאפקארן » 1/1/2006 20:38

ערשטער נאכט חנוכה ביים טיש האט דער צעישינובער רב שטילערהייט געפרענגט דעם רב שליט"א פארוואס ער איז משנה מדרכו אביו



האט דער רב שליט"א הויך אויסגערופן בפני קהל ועדה אז דער צעישינובער רב איז א בעלזא אייניקל האט ער אין זיך חוצפה צו פרעגן, אין א צווייטען פלאץ וואלט מען אים ארויסגעטראגן בשן ועין.....



אבער מיר זענען איידעלע מענטשען טוען נישט אזוינס

וועלן מיר מסביר זיין די כוונה פון זינגן זמירות שלש סעודות ביים חנוכה ליכט



עס איז געבליבן "תיקו" ווייל דער עולם האט נישט אנגענומען די תירוצים פון משנה זיין פונעם באבאבער דרך

verrveist » 4/1/2006 09:12

װאס איז דען דער פּראבלעם ער שרייבט דאך דארט בפרוש אז עס האט נישט קיין שייכות צו קיין שום באבװער קהילה...
עס הייסט נאר באבוב װייל מען שפּילט דארט באבװער ניגונים

האלבערשטאם » 19/1/2006 02:01

דער רב ז"ל האט דען זיך אלעס געפירט ווי זיין טאטע? דאס הייסט משנה זיין.

למעשה איז געווען א שיינער יום טוב, דער רב האט זייער שיין געזינגען.