היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » איז דער שטערן א "מאנאטליכע" אויסגאבע?

איז דער שטערן א "מאנאטליכע" אויסגאבע?

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1739926

דיפלאמאט » 30/12/2005 00:44

דער שטערן האט נעכטן געלאנדעט אין מיין הויז, און איך האב זיך דערמאנט אז דאס איז א אויסגאבע וואס דארף ארויסקומען "יעדן" חודש, און אזוי שטייט אויך אויפן דעקל דערפון. למעשה קומט עס ארויס איין מאל אין צוויי חדשים אדער אמאל נאך זעלטענער.

קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די בעסטע מאנאטליכער אויסגאבע (אלע זענען גוט, אבער לדעתי טוט דער שטערן אלע איבערשטייגן) קומט ארויס אזוי מאדנע אן קיין שום סדר?

און פארוואס איז איין חודש דא אונטער הונדערט זייטן, און די אנדערע מאל הונדערט צוואנציג?

וואסענייעס » 30/12/2005 04:46

לעצטנס האט זיך איינער צוגעשטעלט צום ארויסגעבער פונעם שטערן און איך מיין אז ס'גייט שוין ווערן נארמאל געב עס א טשענס