היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וויזניצער עושר בויט נאך דירות אין וומ"ס

וויזניצער עושר בויט נאך דירות אין וומ"ס

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1739777

שקל_שלם » 29/12/2005 23:04

מעלדונג פון מתעסקים אין אידישע נייעס אפסטעיט:

א גרויסער נגיד און תומך פון וויזשניץ מאנסי האט פריש אריינגעגעבן צו בויען ריזיגע געביידעס און שכונה וומ"ס
2 בנינים פון 20 שטאק אויפן אלטען שטח פון קדם וויין פאקטארי
דער בנין איז ממש און די נאז פון דער שוין אויפגעבויעט ארטיסטן קאמפלעקס פון אידן געמישט דורך יו שעי אוי מיט די סיטי צוזאמען
אויף די לינקע זייט פון די ארטיסטען-קאמפלעקס איז די ביזנעס פון סערטיפייד-לאמבער אויף א ריזיגען שטח
אקעגן איבער איז די שטח פון די אחים יאקאבאוויטש וואס רופט זיך דאמסי וואס האט שוין רשות צו בויען פאר היימישע אידן קרוב צו 4 יאר און דער איד האט שוין באריכטעט אז זאלי האט ערלעדיגט אז עס גייט נאר זיין פאר אידן שוין 2 יאר צוריק.

שקל_שלם » 29/12/2005 23:06

דעס איז לכאורה דער קליין וואס האט שוין געבויט די "דארמיטארי" דירות אין וויליאמסבורג.
דעמאלטס איז געהאט געשטאנען אין די צייטונגען אז ער גייט בויען פאר ביליג רענטעל דירות, למעשה האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם. ער האט געבויט פון די ערגסטע דירות אין וומ"ס.
יעצט וועמיר זען אויב די זאליס וועלן האבן די גאטס ארויסצוגיין קעגן זייערס א מענטש.