די וויליאמסבורגער אהרונים האבן היינט געמאלדן אז זיי לאזן נישט מאכן דעם אפיעל פאר קר"י כולל ווען אהרן פארט אריין צום דינער! זיי זאגן אז אהרן קומט נאר אויסמעלקן די קי ווען ער דארף געלט, און א גאנץ יאר קוקט ער נישט אויף זיי, מסתמא פאר די חוצפה פון אים נישט דעליווערן ראדני. יעצט האבן זיי געזאגט אז זיי לאזן נישט מאכן קיין געלט אקציעס היינט נאכט!
די קר"י אהרונים הייבן אן צו שוימען און קאכן!
עס הייבט אן צו ווערן הייס דארט!
אדרבא, ברענג א באריכט אז ס'איז יא געווען א אפיעל!
דמיונות און חלומות וואס די זאליס טרייען צו פארקויפן שוין יארן לאנג.
אין בלאט שטייט שוין "היינט" צופרי אז סגייט זיין נעקסטע וואך!
די זאליס פארקויפן שוין יארן לאנג אז סגייט זיין א דינער פאר די קר"י כולל?
אין פאקט ווייסטו סאך בעסער ווי מיר אז די אהרונים אין וויליאמסבורג זענען טויט גערעגט אויף אהרן און זיינע מענטשן ווי חיים שלמה פישער אד"ג, אז מען שפייט אויף זיי און מלאכט פון זיי אין די פויסטן אלע יארן!
זיי שרייען אז אהרן מיינט אז ער וועט זיך קענען אויפירן צו זיי ווי משה גבאי, און זיי שוימען אקעגן אים פאר דעם. יעצט האבן זיי געטראפן א פלאת ואוו זיך אויסצוגעבן די כעס!
למעשה ביזטו אליין מודה אז דו האסט געזאגט ליגנט, און די אהרונים האבן געפלאנט צו מאכן די אפיעל נעקסטע וואך.
און דעיס איז שוין די בעסטע תירוץ אויף אלע דיינע ליגנטס.
אויב זענען די אהרונים ברוגז אויפן רב אדער זיין גבאי, האבן זיי א ברירה צו גיין צו זלמן לייב. קענסט מיר זאגן וויפיל אהרונים זענען שוין געגאנגען צו זלמן לייב אין די לעצטע יאר?
שקל שלום וואס הייסט ווער ר' מענדל ווערטהיימער
מענדל ווערטהיימער איז געגאנגען פון וואו צו וואו?
און וויל ער איז געווען ברוגז אויף איינעם?
מאכסט חוזק פון דיר אליינס.
איך ווייס נישט וואס שטייט אין בלאט, איך ווייס אבער אז די אהרונים האבן זיך געשלאגן דערויף, מסתם איז עס געווען נעכטן.
און כ'קען דיר נישט אויסרעכעענן קיין אהרונים וואס זענען אריבעער עמטליך, ווייל דו ווייסט אויך אז סאיז זייער שווער צו טוישן פארטיי אין איין טאג. אבער דו ווייסט אויך אז אסאך אהרונים זענען שוין היינט קאלט צו אהרנען און זיי האבן אים געדראפט.
עווענטשולי וועלן זיי אלע אנקועמן צו אונז, א איד ציט אלעמאל צום שורש.
אנטווערפענער, לויט דיין שרייבן קוקט אויס אז די ביסט איין ניק מיט ראדני152, איך מיין זאלסט דיך ריפען וומב"ג רב
ער האט יא א גיטע ספעלינג?
קיינער קען דאס נישט לייקענען, אז די וויליאמסבורגער און די מאנראער ארונים זענען אויף מעסער-שטעך. ס'פעלט אויס בלויז איין קליינע שוועבעלע און דאס וועט אזוינס אויפפלאמען, אז עס וועט זיין א פארגענוגן צו קוקן.
יעדער איינער וואס קען זיך אביסל מיט די ווילעדזש חברה אין מאנרא ווייסט, אז גדלי' סעגעדין און די איבעריגע ווילעדזש לעלאָס (סארי, "אפישעלס", מיט די האמערלעך...) קוקן מיט זייער א קרומען אויג אויף די נארישע און קינדערישע ווירטשאפט פון יצחק ראזענבערג און זיינע שווענץ!
אפשר ווייסטו וואו מבאקומט אזעלכע שוועבעלעך? לויט מיין אינפארמעישאן ארבעטן די וויליאמסבורגער און מאנראוער אהרונים האנט ביי האנט! סתם צו דערמאנען, יענקל פריינד וואוינט אין מאנרא.