היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נאכקאפירן טעיפס סידיס מותר? או אסור?

נאכקאפירן טעיפס סידיס מותר? או אסור?

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1739312

שפיטצער06 » 29/12/2005 18:27


דער עולם איז אביסל מקיל אין נאכקאפירן סידיס און טעיפס, פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן אין די תשובה ספרים איבער דעם נידון

ווייסט איינער די הלכה

גענימען פון אינגערמאן חדשות אנש

מקוה_איד » 29/12/2005 18:39

וואס איז די היתר?

ס'האט דאך א קאפי-רייט,

אלעסאמת » 29/12/2005 19:15

איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געפרעגט א שאלה, אז מאכן א קאפי פון א טעיפ איז נישט קיין איסור נאר ווען מען מאכט עס פאר מסחר, אבער מאכן א קאפי פאר א חבר אדער משפחה דאס איז נישט א זאך וואס מען קען אסרן אפילו עס שטייט אויפן טעיפ אז מען טאר נישט, אין די זעלבע זאך איז לגבי מאכן קאפיס פון ספרים און באקס.

ראדני152 » 29/12/2005 20:01

א בלאט שרייבער וויל קאפין פון דער איד

שלמההמלך » 30/12/2005 08:16

און וואס איז מיט פאטאגרעפער פיקטשערס? אז מהאט אים באצאהלט פאר זיין ארבעט, און נאך תבין ותקלין, קען ער נאך האלטן די נעגאטיווס האסטעדזש? און טשארדזשען 10 ביז 50 מאהל מער, ווען מדארף נאך קאפיס, ווי עס קאסט ווען מען האט די נעגאטיווס אדער די אימעדזש פייל, פשוט ווייל ער האט דאס אין קאנטראקט? אין אמעריקא איז דא א געזעץ, אז אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן, מעג דאס זיין אין קאנטראקט, איז עס גארנישט ווערד, וועגן דעם טאקע זעט מען אין די גיטע קאנטראקטן "אז אויב עס וועט זיך ארוישטעלן אז עפעס איז דא נישט אויסגעהאלטן זאל דאס נישט מבטל מאכן די גאנצע קאנטראקט"