לייגט נאר צו אן אויער, וויאזוי יעדער אינגערמאן העכער די פערציג, לייגט אראפ ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט אין די לעצטערע יארן, ווען עס האט זיך נאר געמאכט אמאל א געלעגנהייט אז דער רבי איז אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג, וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט. ווער רעדט נאך פון א "כ"א כסליו", אלעס איז זיך אנגעלאפן, יעדער וויל זען, יעדער וויל קוקן, יעדער שטופט זיך, קיינער וויל נישט פארפאסן קיין הגה, קיין ריר, פון רבין. פארוואס? ווייל יעדער איז א 'עכטער' חסיד, יעדער ווייסט אז דער צדיק אמת איז בתוכינו כאפט מען אריין און מען ניצט אויס די געלעגנהייט אויף יעדען טריט און שריט.
פרעגט נאר די היינטיגע אינגעלייט, די דעמאלטדיגע קינדער, וויאזוי מען האט גערעדט פון רבי'ן אין די חדרים א טאג דערנאך. איינער האט דערציילט אז ער האט געהאט די זכי' צו זען דעם רבי'ן ווען ער האט אויפגעהויבן זיין הייליג האנט, דער צווייטער זאגט איך האב זוכה געווען צו זען ווי דער רבי האט האט זיך אויסגעדרייט, א דריטער זאגט גאר איך האב ליידער נישט זוכה געווען צו זען דעם רבי'ן אבער ב"ה איך האב זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן אונטער איין דאך און דאס איז מיר גענוג, בקיצור יעדעס ריר פון רבי'ן יעדער בליק אויפן רבי'ן איז געווען א מסכתא שלימה, עס איז געווען ווערט כל הון דעלמא.
עס זענען בשעתם אויך געווען גרופעס מענטשן, עם כל שם וחניכא דאית להו, וואס האבן גע'טענה'ט אז..., אבער עס איז פאר קיינעם פון זיי נישט איינגעפאלן, אפי' אין וויסטן חלום, אויפצוגעבן דעם רבי'ן, אויפצוגעבן א געזעגענען, אויפצוגעבן א תפילה, אויפצוגעבן א בליק אויפן רבי'ן, פארוואס? ווייל זיי האבן אלע געוואוסט דעם אמת'ן סוד פון א חסיד, און זיי זענען געווען 'עכטע' חסידים, דעריבער האבן זיי זיך געמאכט א פשוטן חשבון, יהי' מה שיהי', עס לוינט זיך נישט צו דערלייגן אפי' איין תפילה פון א צדיק אמת צו אפי' א בלויזן בליק אויפן צדיק אמת.