אלע יארן זענען די לעכטיגע חנוכה טעג געווען פון א ספעציעלן טעם ביי סאטמארע חסידים, וועלכע האבן זיך דערקוויקט מיט די לעכטיגע טישן און ד"ת פון די הייליגע רבי'ס.
די עלטערע אידן געדענקען נאך ווי ביים רבי'ן זי"ע איז חנוכה געווען א צייט פאר אויסטערלישע חידושים, וואס מען האט ממש נישט געזען א גאנץ יאר. אזוי אויך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א האט מען אין די טעג געהערט אויסערגעווענליכע פשט'לעך און תורות אויף א פארנעם וואס מ'פלעגט נישט זען דורכן יאר.
ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, און היינט ווען עס איז ליידער והוא מחולל מפשעינו, און מיר האבן נישט די זכי' צו הערן ד"ת פון כ"ק רבינו שליט"א, האט אונז דער רבש"ע מזכה געווען אז מ'קען הערן פייערדיגע ד"ת פון מורינו הגאב"ד שליט"א.
אבער וואס עס איז געווען נעכטן איז א זעלטנהייט אפילו אין קרית יואל !
עס איז געווען א תורה פון א דריי פערטל שעה, וואס אפילו די לומדים האבן זיך געפלאגט מיטצוהאלטן מיטן פלייץ פון פרי מגדימ'ס און חוות דעת, און א געוואלד ראשונים ואחרונים וואס זענען "אדורך" דארט אויפן טיש ביי דרום זייט אין ישיבה גדולה...
דער ביהמ"ד האט ממש געלעבט און געזידט, דער ביהמ"ד איז אינאיינעם געשפרינגען מיט א ריתחא דאורייתא, זקנים עם נערים האבן זיך נישט געקענט אפרייסן פון די וואונדערליכע מראה !
צו הערן די פערל ווערטער קענט איר רופן "קול חוצב להבות אש", 212-990-6378, און דרוקן #3.
שמעו ותחי נפשכם !