היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - מקץ ס"ו

ליינער רעאגירן אויף צייטונגען - מקץ ס"ו

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1737893

בא_ללמד » 28/12/2005 22:31

דא וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די ליינער צו רעאגירן אויף די נייעס אין די צייטונגען פון די וואך.

allgood1s » 29/12/2005 03:29

און די צייטונג שטייט מ'זאל דיילן 311 וועגן מציציה בפה

בא_ללמד » 29/12/2005 16:56

ארויפגעבערענגט.

ביטע נישט פארדאפלען אשכולות.

בא_ללמד » 29/12/2005 16:59

נבוכדנאצר אין חדשות אנ"ש:

נעכטן ברענגט איינער פון מיינע שוואגערס דעם אלעמען-באקאנטן Community Connections פון מאנסי, איך בלעטער דא און דארט, מיין אויג פאלט אויף א צודרייטן אדווערטייזמענט וועלכער ליינט זיך בערך אזוי:

ופרצו
חומות
מגדלי


וויאזוי איז דאס געשעהן?

ווייל עס איז נישט געמאכט געווארן ביי אונז!

און עס איז דא א בילד פון חומות ירושלים געמישט מיט א בילד פון א אויפגעריסענעם צוים, און דער אדווערטייזער איז א צוים פאבריקאנט.

פרעג איך: איז דאס מ ש ו ג ע ת אדער ע מ ה א ר צ ו ת? די חומת המקדש איז פרצו בה י"ג פרצות ווייל מען האט עס נישט געמאכט ביי די פירמע פון מאנסי?

בין איך משוגע אדער ער?

כ'בין שוין געוואוינט צו זעהן אז מיט א שטריימל למטה מעשרה טפחים און אהן א טלית שכולה עטרת כסף קען מען נישט צוגיין צום יום הדין, און אודאי אודאי נישט אהן א Chanuka Gift צום הייליגן יום טוב חנוכה, שוין געווען אן אשכול דערוועגן, אבער על של עתה באתי, עד היכן תכלית משוגעת? ס'הייסט דאך א פרומע צייטונג!

אויב איינער דא האט עס - ביטע אריינסקענען, עס איז געוואלדיג

תוקן על ידי - בא_ללמד - 29/12/2005 16:58:11

boro567 » 29/12/2005 21:46

האט עטץ געזען די עדיטאריעל און דער בלאט? איך זיך די המשך

ראדני152 » 29/12/2005 21:52

איך ליין נישט די בלאט עפשר לייג עס ארויף דא

שקל_שלם » 29/12/2005 22:29

איינער קען ארויפלייגן די מחאה פון קהל וועגן מכבד זיין משה שמואל זופניק?
סקוקט אויס וי סגייט ווערן אבאנטש פאן פון א נארישע פייט אויף א בילדינג...

שמח_תשמח » 30/12/2005 03:18

איך בין זיכער געווען אז דער איד וועט זיך אנטשולדיגען אויף דעם וואס ער האט געשריבען אפאר וואכען צוריק אז דער מעיאר בלומבערג האט פערזענליך אנגעקאלט דעם זלמן לייב אז די גזרה פון מציצה בפה איז בטל, אבער וואס ווען ווי?
ווייסט איינער די תירוץ דערויף????

מבני_בניו » 30/12/2005 03:23

ליפא שמעלצער האט געטראפן א וועג צו אדווערטייזן אין די צייטונגען זיין נייע טעיפ.
אין איד האט ער געלייגט א שכויח פאר דעם און יענעם וואס ער האט כלומפרשט פארגעסן צו לייגן אויף די דעקל פון די טעיפ... אין בלאט האט ער באצאלט א עד פאר נגינה ארקעסטרע.
אויך האט ער באצאלט אז מזאל אריינלייגן א איסור פון די סקווערער בי"ד קעגן זיין טעיפ...