היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ...און וועלכער איז דער "רבי"?...

...און וועלכער איז דער "רבי"?...

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1737374

דיפלאמאט » 28/12/2005 17:33

דער צווייטע ניגון אויף ליפא'ס טעיפ, וואס איז שנעל געווארן פון מיינע פעוואריט ניגונים אויפן קאסעטע, פראבירט ליפא אויסצוגעפונען "וועלכער איז דער חסיד?".

איך האב זיך נישט געפוילט און גענומען דעם מס' אבות פונעם שענקל, און זיך פארטיפט דערין, וועלנדיג צוטרעפן אין וועלכע פון די פיר מדות גייט אריין די היינטיגע "רעוועלעך"? יעצט אז מען ווייסט שוין ווער איז דער חסיד איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל אויך וויסן ווער די רעבעס זענען.

דערווייל מוטשע איך זיך זייער שטארק אבער עס איז מיר שווער ארויסצוברענגען אויף פאפיר די מדה מיט וואס חז"ל באטיטולן זיי. אפשר קען איינער מיר צוהעלפן?

aaatozzz » 28/12/2005 18:56

אין דעם ענין איז דא א וויכטיגע גמרא און מסכת שבת דף קמ"ה ע"ב וז"ל

מפני מה תלמידי חכמים שבבבל מצויינים ? מפני שאינם בני תורה.

ופרש"י ז"ל מצויינין. מציינין עצמם בלבושים נאים: מצויינין. מקושטין:

שאינן בני תורה. לכבדם כל כך כבני ארץ ישראל מחמת תורתם,

מכבדים אותם מחמת לבושיהן שנראין חשובים:

ובימינו אלו יש כאלו שנשאר רק "שנראין חשובים" אדרבה פרעג עם וואס ער האט היינט געלערענט.

סעמאן_פיש » 28/12/2005 21:25

מיין פעיוורעט ניגון איז

רבש"ע חלום חלמתי

ס'קומט מיר טרערן