ווארהייס, נאך פון "חדשות אנש סאטמאר"
להוי ידיע, ולהוציא מליבם.
6:17 נשלח ב 28/12/2005 אנשדסאטמאר
מיר האבן נישט אראפגענימען די אשכול וואס פומבדיתא, האט געעפענט מיט די פארמאסי פעיפערס.
(לכאורה האט דאס די מערכת ארפגענימען ווייל איינער איז זיי געגאנגען אויף די...............)
נישט פאר עפעס אנדערש, נאר ווייל אינזער פאליסי איז קלאר, אזוי ווי מיר שרייבן אינעם אשכול "מטרה ותקנות הפורום" זעהט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1728870 און אינעם אשכול" די פורום מאחורי הפרגוד! !A Must Read" זעהט
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1735163 בעיקר אז;
"די פורום וועט ארבייטן אזוי ווי א דין תורה, אין אזוי ווי א קארט קעיס, ווי יעדער קען אראפ לייגען אלעס אויפן טיש. אלע צדדים וועלן שרייבען, אין די לייענער וועלן זיין די דיינים אין די דזשאדזשעס."
הוא אשר דברנו;
זאל מען זיך דא מסווכח זיין, צי מ'מעג עס ארויפלייגן, צי ס'איז א מיעסע זאך, צי די ארוינים האבן פין דעם א טובה אדער א רעה, צי די זאלוינים האבן פין דעם א טובה אדער א רעה.
איך וויל דא נאכאמאהל שטארק באטאהנען, אז דא וועט נישט זיין קיין "בייעס" קיינמאהל נישט, פאר קיין שום סיבה נישט, און דא וועט מען נישט צענזורירען, נישט קיין ארוינים, און נישט קיין זאלוינים.
דא וועלן די שרייבערס האבן רעספעקט פאר די אנדערע שרייבער און פאר די לייענער, נישט פאר די מנהלים, מיר זענען נישט בארעכטיגט מיט מער דרך ארץ ווי די וואס מ'באשרייבט דא.
לגבי דאס וואס עטליכע האבן אנגעפרעגט און אנגעטראגן, אז מ'זאל דארפן שרייבן "ר'" אויף דעם אדער אויף יענעם, איז אזוי, מיר האלטן אז יעדער שרייבער וועט זיך דא מאכן זיין אייגענג מאס דיגנוטי, זאל ער זיין ריספאנסעבל פאר וואס ער האט געשריבן, ער וועט מיזן בלייבן לעבן מיט די רעפויטעישן וואס ער האט זיך דא געמאכט, מיר קענען דאס סיי ווי נישט צווינגען, אינפארסן, אדער האלטן אין איין מעקן, פארעכטן, ס'וועט זיין "אין לדבר סוף", אין די זעלבע איז געזאגט געווארן פאר אלע אנדערע זאכן נישט נאר "ר'", אין נישט ווייל מיר קערען נישט או נישט ווייל מיר זענען אויסווארפן, אויסדריקליך נישט.
מיר נעמען אויסדריקליך נישט קיין אחריות און מיר זענען נישט פאראנטפארטליך פאר די מיינונגען, און פאר די געשרייבעכצער אויף די פורום, נאר אויף וואס מיר שרייבן אליין, ווען מיר וואלטן צענזורירט, וואלטן מיר געווען אחראי אויף וואס מיר נעמען נישט אראפ, אבער אזוי ווי מיר צענזורירען נישט, איז יעדער אליין אחראי אויף וואס ער שרייבט.
די תקנות וואס מיר האבן דא געמאכט, איז אויך נישט אלס צענזור, נאר ווייל די פורום איז נישט פאר דעם געמאכט געווארן, דא איז נישט כל העולם כולו, כל ארויני כולו, און נישט כל זאלויני כולו, דא איז כולו סאטמארע פאליטיק, און די תקנות וועלן שטרענג אינפארסירט ווערן.