היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' זלמן לייב פיליפף אקעגן מציצה בפה

ר' זלמן לייב פיליפף אקעגן מציצה בפה

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1736726

מקור1האמת » 28/12/2005 03:42

אנדערש ווי (ר') זלמן לייב טייטלבוים וועלכער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט מציצה בפה ווילאנג ער האט נישט געהאט קיין "וויכטיגערע" פראבלעמען פון זיין בענקל, האט ר' זלמן לייב פיליפף יא געפינען פאר וויכטיג אויפצוטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה אקעגן די גזירה נוראה אויף מציצה בפה.
דעם זונטיג איז פארגעקומען אזויווי א יום תפילה אין ראדני (ווייזט אויס אז דאס איז אלעמאל געווען אזא מנהג אין יום אידם, אדער אפשר האט מען געבעטן פון יאשקע ?), וואו מ'האט געזאגט תהלים, און ר' זלמן לייב פיליפף האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה וועגן די גזירה.

ראדני152 » 28/12/2005 03:52

און ר'אהרן האקט אויף די וואס העלפן באטל מאכן די גזיירע רע

שמח_תשמח » 28/12/2005 07:13

איך פארשטיי נישט זלמן לייב האט דאך באקומען א פערזענליכע טעלעפאן קאלל פון בלומבערג אז די גזירה איז בטל ווי באריכטעט אין דער איד, נו זאל ער אים צוריק רופען און בעטן פערזענליך אז ער זאל עס בטל מאכן.

ראדני152 » 28/12/2005 07:59

ס'איז טאקע בטל
ווייל ר'אהרן זאגט אז סאיז נישט בטל מיינט נאך נישט אזוי
ווייל ער זאגט אז סאיז נישט ווייס איך אז סאיז יא בטל והא ראי ער זאגט אז נישט