היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הצלת רבינו שליט"א: ו' דחנוכה תשנ"ו

הצלת רבינו שליט"א: ו' דחנוכה תשנ"ו

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1736637

ווילי_חסיד » 28/12/2005 01:23

הצלת רבינו שליט"א: ו' דחנוכה תשנ"ו

דעם קומענדיגן שבת חנוכה פאלט אויס 10 יאר פון ווען רבינו שליט"א האט געהאט די שרעקליכע מעשה ווען דער עראפלאן האט געמוזט מאכן א קרעש לענדינג וואס האט זיך ברוך השם אויסגעלאזט לטובה, אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

האב איך פונקט געטראכט וויפיל וואלטן די אהרונים געווען גרייט צו באצאלן פאר דעם פילאט, ווען ער זאל חלילה יא קראכן דעם פליגער און עס וואלט חלילה פאסירט אן אומגליק???

נעמענדיג אין באטראכט וויאזוי זיי פירן זיך אויף צו רבינו שליט"א, בין איך זיכער אז זיי וואלטן גערן פארהאנדלט מיטן פילאט וויאזוי צו "ראטעווען" און "באפרייען" דעם רבין שליט"א פאר זיין "אייגענע טובה"!

שפיטצער06 » 28/12/2005 03:27

איך האף און בעט אז דעס יאר ו' חנוכה זאל זיין הצלת ראדני

מקור1האמת » 28/12/2005 03:39

דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיין א גוטע מתנה פאר כ"ק רבינו שליט"א צום יארטאג פון זיין יום ההצלה, אז זיין שווערע ארבעט די אלע יארן צו האלטן גאנץ די הייליגע קהילה זאל נישט גיין לטמיון ח"ו.
איך דערמאן זיך אזוי די פילע עמערס ליצנות וואס די רשעים האבן דעמאלטץ געגאסן אויפן חשבון פון כ"ק רבינו שליט"א, ביזן גיין פארקויפן אז די גאנצע מעשה איז שקר, און די בילדער זענען פאלשע וואס מ'האט געמאכט צו קענען פארקויפן ניסים אין די גאס!
די בני יואל האבן דעמאלטץ ממש פארגליכן די מעשה צו די ווערטער פון רביה"ק זי"ע איבער די ניסים פון די מדינה - להבדיל אלף אלפי הבדלות!
און היינט קומען זיי פארקויפן אז זיי זענען געווארן חסידים פון רבי'ן...

ראדני152 » 28/12/2005 04:02

דער אויבשטער זאל העלפן די רבי זאל שוין האבן מנוחה און אלע פלנער פון די מהרסם זאל ציפאלן ווי א זייפן בלאז אמן אמן