היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א חנוכה מיט ר' חיים פון ירושלים

א חנוכה מיט ר' חיים פון ירושלים

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1736612

jewboy » 28/12/2005 01:07


פרטים בע"ה.

דיפלאמאט » 28/12/2005 01:53

איך בעט דיר, שרייב נישט ארויס מיין פולען נאמען

glickman » 28/12/2005 05:17

ר חיים כהן שליט"א פון לינת הצדק?

jewboy » 28/12/2005 14:11

ניין דאס איז א צווייטער.

איז אזוי.

ר' חיים פון ירושלים שליט"א איז באוויסט ביי די יידישע וועלט מיט זיין קירוב צו אחינו בני ישראל.

יעדע שבת קומען זיך צוזאם ביי עם צענדליגער פארווארפענע נשמות, און ר' חיים שליט"א איז זיי מקרב, נישט קיין חילוק וואס די בעקראנד זייערע איז.

ר' חיים געפינט זיך אין אלט שטאט ירושלים עיה"ק, וואס ווי באוויסט קומען דארט כל מיני מענטשן און פון דארט קומען אסאך יודן צו גיין צו עם.

מיט נישט לאנג צוריק האט ר' חיים שליט"א געפענט א ישיבה פון תורה - עבודה - גמ"ח, די ישיבה באשטייט פון נישט קיין סאך בחורים, באט די קליינע צאל בחורים האבן א שאיפה אין לעבן און זיי זוכן עפעס מער ווי סתם זיך ארום צודרייען, די ישיבה האט נישט קיין בעיס (בילדינג), מ'לערנט ביים כותל, און דערנאך טוט מען פארשידענע זאכן.

נעכטן דינסטאג ליל ג' ד'חנוכה איז פארגעקומען א צוזאמקום פון די ישיבה בחורים, מיט נאך אסאך געסט פון איבער די וועלט.

ר' חיים פלעגט זיך צו דרייען ביים סקאלענער רבי שליט"א און פון דארט האט ער געלערנט זיין קירוב צו כלל ישראל.

ר' חיים שליט"א ביים צינדן די חנוכה לעכט.
(דאס איז ביי די מסיבה)

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:18

די מוזיקאנטן, איינער פון זיי א ישיבה תלמיד.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:18

.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:21

ער לערנט אויס פאר די תלמידי הישיבה צו שפילן אויף א פידל.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:23

ר' חיים שליט"א מיט א חלק פון די תלמידי הישיבה אין א פרייליכען טאנץ.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:24

חסידישע בחורים וואס זענען הערן אביסל ר' חיים שליט"א.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:26

חסידישע בחורים וואס זענען געקומען הערן סיפורי צדיקים פון ר' חיים שליט"א.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 28/12/2005 14:29

בד"כ קומט חיים דוד (מחבר יאמאמיי) צו די מסיבת פון ר' חיים שליט"א, יעצט מחמת א סיבה האט ער נישט געקענט קומען, איז געקומען הרב פרץ שליט"א באוויסט פון כותל.

אין רשות לקחת תמונות שלי למקום אחר בלי רשות.
there is no permission to take any of my pictures to another place

[בילד – נישט אפגעהיט]

בשם_המלך » 28/12/2005 19:07

Very nice Pictures. Tell us more about him. Who can join the Yeshiva?

worldwar » 28/12/2005 19:23

כבין מקנא זיין גן עדן

natan101 » 28/12/2005 20:55

אוי רעב חיים רעב חיים!
איך בעט דעם באשעפער אז איך זאל חאטש קענען פיצען דיינע שיך אין גן עדן!

ר' דז'ובוי א קליינער תיקון טעות,
רעב חיים האט זיך נישט סתם "געדרייט" ביים הייליגער סקולענער זצ"ל, ער איז אן אייניקעל פונם סקולענער! (זיין באבע איז געווען די א"ח פון כ"ק הרה"ק מסקולען זצ"ל בזו"ש)

בשם המלך טייערע! יעדער קען לערנען ביי איהם אין ישיבה! יעדער יודיש קינד!

אביסעלע היסטאריע איבער דעם גרויסער מענטש-

ער האט געוואוינט אין אמעריקא ביז פאר דריי אונאהאלב יאר צוריק, ווי ער האט נאך אסאך אידען וואס קענען איהם נישט גענוג דאנקען פאר וואס ער האט זיי ארויסגעהאלפען, צו אין שלום בית, קינדער, פרנסה, יודישקייט, ישועות ורפואות וכדו'.
ווען ער האט זיך אריבער געצויגען קיין אר"י האט ער קודם געוואוינט אין עיה"ק צפת, אבער נאכן זעהן אז אין צפת זענען נישט דא צופיל אידען וואס ער קען העלפען האט ער זיך אריבער געצויגען קיין ירושלים עיה"ק ווי ער העלפט ארויס הונדרעטער טאמער נישט טויזענטער צובראכענע נשמות!

ווי אויך איז ער באקאנט אין אלט שטאט אלטס א גרויסער פועל ישועות אין האט גאנץ א גרויסער קבוצה פון פארברענטע חסידים וואס וועלען גיין פאר עהם אין פייער!

ער איז אן אייניקעל פון הארמורי"ם הצדיקים משטאבא, האלאש ולמעלה בקודש, פלימעניק פון כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג ארה"ב וואס אגב שטיצט עהם זייער שטארק ווי אויך האט כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל זייער געהאלטען פון עהם.
און בידידות מיט כ"ק אדמורי"ם מוויז'ניץ מאנסי, באבוב, ראחמיסטריווקא ארה"ב, ללוב ביתר, טשאבא, דזשירקא, קאסוב, און נאך.

קירוב לבבות און ארויסהעלפען א צוויטער יוד פון א צרה אדער יאוש איז זיין עיקר, און איבער אלעמען זיין גרויס הצלחה!
(פונקט פאריגע וואך איז געקומען א בחור צו זיין סעודה וואס איז געקומען ספעציעל צו פארען קיין אר"י כדי זיך צו נעמען דאס לעבען רח"ל, איי פארוואס דוקא אין אר"י? ער האט געזאגט אז ער וויל כאטשיג ליגען אין אר"י! און פארשטייט זיך אז ער איז שוין פארבליבען ביי איהם!)

בעיקר דרייען זיך ביי איהם צווי סארט קבוצות, בחורים פון צובראכענע שטיבער אדער ארויסגעווארפען פון זייערע היים אין זיי טרעפען ביי איהם אן אוזן קושבת מיט וועם מיטצוטיילען זייערע פעקלעך און באקומען עצות און פארשטייט זיך אויך ישועות, אדער סתם מענטשען וואס קומען נענטער צו יודישקייט און דארפען הדרכה אדער עצות.

ער ספעצעלעזירט זיך זייער מיט פארציילען מעשות וואס קענען אויפהאלטען פיר פינעף מנינים יודען ביז אין די שפעטע נאכט שעהן ביי די פרייטיג צונאכטס סעודה!

וואר עס וויל זעהן מער איבער געם טייערער יוד קען באזוכען
www.rebchaim.com

איןבעיה » 28/12/2005 21:22

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 28/12/2005 21:42

דז'ובוי!
לייג נאך בילדער!
ווי ואנט מאר!

איןבעיה » 28/12/2005 22:27

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

בשם_המלך » 28/12/2005 22:39

I noticed in the first picture that he is lighting a tiny menorah. Is this his minhag?

natan101 » 28/12/2005 22:39

הערליכע בילדער!

בעל_גאוה » 28/12/2005 23:44

קען עם קיינער נישט קויפן א שיינע גרויסע/רבי'שע זליבערנע אויל מנורה?
ער צינד נעבעך פשוטע ליכט און זיין מנורה

jewboy » 29/12/2005 10:08


נתן שכויח פאר די תיקונים, און פארן באשרייב.

די קליינע מנורה איז געווען נאר ביי די מסיבה, ר' חיים שליט"א צינדט ביי זיך אינדערהיים מיט שמן זית, באט אן קיין פראפעגאנדע.

ביי א קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך לייגן נאך בילדער.

natan101 » 31/12/2005 21:19

רבי חיים שליט"א יעצט מוצש"ק ביי די הדלקה
[בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 31/12/2005 21:22

מול שריד בית מקדשינו
[בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 31/12/2005 21:24

מיט איינע פון די גבאים
[בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 31/12/2005 21:26

ביי די פיוטים נאכן צינדען
[בילד – נישט אפגעהיט]

בשם_המלך » 1/1/2006 02:29

What does he do during the day? Does he take "Kvitlach" ?

yankees » 1/1/2006 21:28

הייליגע ר' חיים ! ווי האט איר געטראפן פאר דריי יאר צוריק אזא הערליכע דירה קעגן איבער דעם הייליג וואנט, ווי קען מען דאס נאך היינט באקומען?

jewboy » 1/1/2006 22:03

במשך'ן טאג רעדט ער מיט מענטשן וואס האבן פראבלעמען, ער האט א דעגרי פאר דעם.

ער נעמט געלט פאר דעם, ער טוט עס פאר פרנסה.
פון די ישיבה בחורים דאכט זיך נעמט ער נישט געלט, ער טוט עס לשם מצוה, כ'בין נישט זיכער.

בשם_המלך » 3/1/2006 02:31

He does not take money. People donate to him for his Yeshiva Simchas Toirah and for his Shabbos Tishen.
I hear hundreds go to him every week for Shabbos. Does ANYONE know What kind of a Shabbos tish does he have

בשם_המלך » 4/1/2006 00:25

הטקסט שלך כאן

natan101 » 4/1/2006 19:48

זיינע שבתים קען מען מגדיר זיין מיט 3 ווערטער- "מעין עולם הבא"!
יעדער איז איינגעלאדענט צו אליינס דאס פארזוכען!

בשם_המלך » 5/1/2006 12:09

How can I get an invite to his Shabbos? Is there an invitation site, I didn't see one on www.rebchaim.com

בשם_המלך » 9/1/2006 23:49

I was by his Friday Night Tish. Some sadigerer chasidim were there too.