היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער "אלגעמיינער" אויפן וועג ארויף?

דער "אלגעמיינער" אויפן וועג ארויף?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1736327

דיפלאמאט » 27/12/2005 22:00

בימים ההם ווען דער רעדאקטאר פונעם אלגעמיינער איז נאך געווען מיט אונז פלעג איך צומאל גיין קויפן דעם פאפיר, אבער שוין לאנג וואס איך האב עס נישט פארזוכט.

לעצטנס הער איך אז פרישע כוחות האבן איבערגענומען דעם צייטונג, איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן מער אינפארמאציע דערוועגן.

דא האט איר א לינק צום הערליכן וועב זייטל פון דעם אויסגאבע:

http://www.algemeiner.com/

געט א קוק אויף די אידישע סחורה וואס איז א זעלטענהייט אין די אנדערע בלעטלעך.

תוקן על ידי - דיפלאמאט - 27/12/2005 22:00:32

verrveist » 28/12/2005 02:13

נאר די ענגלישע האבען זיי אן ליין??

גראף » 28/12/2005 02:55

מי יודע

גיי רעכטס אויפן אויבערשטן לינק, וועסטו זעהן א קעסטל פאר "אידיש".

דיפלאמאט » 28/12/2005 17:35

פאר די וואס איז זיי שווער צו טרעפן...

http://www.algemeiner.com/generic.asp?cat=4

aaatozzz » 28/12/2005 18:50

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס מיר זיינען אזוי

נייגעריג אויף "נייעס" וואס איז מיר וויכטיג צו וויסען

די נייעס מיט די פרטי פרטים, א צייטונג און בפרט א

וואכען צייטונג איז געמאכט פאר געדאנקען, און א צייטונג

וואס מאכט מיך נישט טראכטען און מאכט מיך נישט קלוגער

איז א שאד די דאלאר וואס מען צאלט דערפאר.

און בפרט אויב די צייטונג איז דעמאגאגיש און דער ציל איז

מיך אנצוצינדען קעגען זייערס א שונא און מיר ברעינוואשען מיט א שיטה.


איך געדענק ווען איך בין געווען יונגער און איך פלעג

ליינען אליעזר עפשטיין'ס ארטיקעל זייט 3 אין איד, און איך פלעג מיך

אונטערברומען "ימח שמם וזכרם" איך בין דאס שנעל אויסגעוואקסען ב"ה.

דאס איז די מעלה פון אלגעמיינער.

ואידך זיל גמור

סעמאן_פיש » 28/12/2005 21:21

בהמות און מענטשן

גאר א שיינע ארטיקל