היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ר' זלמן באווינדערט זיין ברודער.

ר' זלמן באווינדערט זיין ברודער.

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1736296

yosefelye » 27/12/2005 21:39

מיין שוואגער פון לאנדאן איז דא געווען, ער האלט זיך פאר א זאלוני, כאטש ער איז נישט קיין שונא פאר קרית יואל'ער רב, נאר אלץ א חבר מנעוריו פון ר' זלמן לייב, האלט ער אן זיין קשר מיט עם, ער דאווענט אין לאנדאן אין די בערגער שוהל, דערציילט ער מיר אז ער האט געכאפט א שמועס מיט ר' זלמן לייב, און זיי האב גערעדט פון די מחלוקת, און פון שמיני עצרת, האט ער עם בין הדברים געזאגט אז ער באווינדערט דעם כח המעצור פון זיין ברודער, שוין זיבן יאר וואס מען פייניקט עם און ער האט נאך קיין איין ווארט נישט גערעט פון דעם ענין, איך זאגט ער אויף זיך וואלט מיך נישט געקענט צוריק האלטן,

תוקן על ידי - בא_ללמד - 27/12/2005 22:08:03

ווילי_חסיד » 27/12/2005 21:43

נאך א גווינס פאר די ארוינים הא הא

13Hooper » 28/12/2005 06:51

וואס מיינסטי "ער וואלט זיך נישט געקענט איינהאלטען "
ער האלט זיך טאקע נישט אהן ער האט שוין גערעדט פין פאליטיק ברבים מערערע מאל מיט גיפט פין זיין מויל אין פייער פין זיינע אויגען

אויך האט ער געשפיעלט פאליטיק ווען ער האט געריפען צי ד"ת צי התאחדות אין האט געמיינט אז מען וועט נישט וועלען גיין אין ווען ער האט געזעהן אז מען איז וויליג צי גיין האט ער מער נישט געענטפערט אויף א דאטום

ווייל ביי ד"ת ווייסט ער אז ער פארלירט יעצט וועט ער האפענטליך געוואיר ווערען אז אויך אין קארט פארלירט ער