איך בין נייגעריג צי וויסען וואס עס טיט זיך אין וומסב"ג חנוכה ביינאכט
האט רז"ל א צוזאמקום??
זאגט ער תורה ערגעץ??
טיט ער דאס וואס ער טיט יעדן פרייטאג צי נאכטס גלייך נאך די סעודה??
איינער וואס האלט מיט די נייעס דארט זאל עס ביטע שרייבן
פוי!
דאס איז די נייע פארדארבענע מנהגים פון אהרן ט"ב, צו זאגן יעדן טאג ערב ובוקר וצהרים דברי תורה!
אין סאטמאר המקורית האט מען דאס קיינמאל נישט געזען!
אדרבא, וואס ווייניגער דברי תורה, אלס שענער און געהויבענער!
דערפאר, זעהט מען טאקע באשיינפערליך ווי די "אמת'דיגע" חסידי סאטמאר קלעבן זיך אן אין ר' זלמן לייב שליט"א, וואס ער טוט זיך מונע זיין פון די געמיינע דרכים וואס מער!
גראדע דברי תורה אין חנוכה איז א מנהג ידוע בבית סיגוט סאטמאר, מקדמת דנא, רבינו זי"ע אין די גוטע יארן פלעגט זאגן דברי תורה יעדע נאכט בימות החול, אויך איך געדענק ביי רבינו שליט"א איז געווען באוויסט פלעגט צו זיין שענסטע תורות אין חנוכה, ס'האט געהאט עפעס א ספעציעלן טעם,
אינטערסאנט דער ר' זלמן לייב האט שוין אלעס געטאן במקום אביו, געטאנצן הקפות, געפירט שושן פירום טישן, אושפיזא'ס, געבלאזן שופר, געליינט מגילה צו מיט א שהחיינו צו נישט, אלעס, אלעס, נאר זאגן א דבר תורה לכבוד חנוכה, פאר קיין געלט נישט!
תוקן על ידי - מקוה_איד - 27/12/2005 22:21:01
איך האב געהערט אמאל נאכזאגן אז מענדל הענדלער פארפירט געפערליך פארוואס דער רב זאגט תורה שושן פורים.
"ביים רבי'ן זי"ע האט מען דאס קיינמאל נישט געזען !!!"...
מקוה איד
ביזט שוין א מאל געווען ביי א באטע אדער טיש פון אינזער רב שליט"א?
מקווה איד זאגט דאך זייער גיט
אלען האט רז"ל נאך געמאכט דעם טאטען, פארוואס טיט ער עס נישט חנוכה אויך?????
אפשר היינו טעמא דלייל שבת היינו טעמא דחנוכה