היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס איז געשעהן מיט JEWBOY

וואס איז געשעהן מיט JEWBOY

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1735023

13Hooper » 27/12/2005 00:20

איך האב געהאט זייער א גיטע עקספיריענס מיט אינזער באליבטען JEWBOY אין מיין מיינונג איז אז ער איז געווען יושרדיג סיי מיט סאטמער אין סיי מיט די זאלונים
איך ווינדער מיך זייער וואס איז געשעהן מיט עיהם אזוי פליצלינג
אפשר
1: זיין ווייב זיכט מער אטענשען פין עיהם
2: א חאככאם האט עיהם עפעס אפגעשראקען
3: ער איז נמאס געווארען פין די זאלונים אין זייערע שקרים אין מנוולות למשל יוסף 90

איין זאך וואס איך האלט איז אז ער וואלט געברויכט געבען א ווארענונג אפאר טעג אין נישת פין איין טאג אויפן אנדערען געבען א מעק אויס אזויפיל הארעוואניע וואס סאטמערע חסידום האבען אריינגעלייגט אפציענטפערען דעם גרויסען זאלונים שקר

אלעסאמת » 27/12/2005 00:29

איך מיין אז יוסף90 האט געלייגט פרעשר אז ער גייט גיין צו די משטארה
ווער דענקט נאך ביי די פארמסי פעפערס

13Hooper » 27/12/2005 00:42

ער האט אויך געסטראשעט אז די שמיני עצרת ווידיא איז ביי דעם אטערני גענעראל וואס איז געשעהן מיט דעם
מסתמא האבען די זאלונים דאס איבערגעקיקט אין זיך דערשראקען אז מען וועט זיי אויפען פלאץ ארעסטירען

13Hooper » 27/12/2005 00:47

אינטערסאנט צי באמערקען אז דרייניטץ האט אויך אויפגעהערט צי שרייבען שוין עטליכע טעג בעפאר איז אפשר יש דברים בגו?

אלעסאמת » 27/12/2005 00:49

דרייניטץ האט זיך היינט ב"ה אויפגעווקט

kutchma » 27/12/2005 01:24

מן הסתם וויל ער נישט טראגן דער גרויסע אחריות אפען צו האלטן א פורום ווי שנאה, מחלוקת, הלבנת פנים, אין בזיון תלמידי חכמים איז פארגעקומען אויף א שטארקען פארנעם.

למעשה טראגט די מנהל א שטארקע אחריות אויף די נושאים וואס ווערן געשריבן אין די פורום וואס ער פירט, ווייל לאוו עכברא גנב... פין ווי דער מנהל דא נעמט די ברייטע פלייצעס, ווייס איך נישט.

א פשוטע נקודה למחשבה.

13Hooper » 27/12/2005 01:41

אין 2 יאר ארום קען ער טיהן די זעלבע זאך אין אינז וועלען עיהם אויך געבען א

אלעסאמת » 27/12/2005 02:07

יוסף90 סטראשערט ווייטער

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1734496

אלעסאמת » 28/12/2005 03:43

איך האב געליינט וואס די מנהל פון חדשות אנש סאטמער שרייבט האב איך מיך דערמאנט פון דרייניטץ איך הייב אן ציזאם שטעלן די זאך
דרייניטץ האט געמכט א פלאן איבער צו נעמען די זאך אויף הייד פארק האט ער גרעד צו דזשויבוי ער זאל אלעס ארויס ווארפן אין ער וועט עפענען א נייע פורום וועגן דעם האט ער געסטאפט שרייבן א וואך פאר דעם מ'זאל נישט טראכטען אז ער איז מנהל פון חדשות אנש סאטמער אבער ווער עס ליינט די ווערטער פון מנהל זעט אז ס'איז דרייניטץ

ראדני152 » 28/12/2005 03:55

א קויפשטיג פון אן ארויני?

13Hooper » 28/12/2005 07:30

ראדני152
ווען די ענטפערסט ווי א בעיבי איז דאס א בזיון ביהם"ד

אויך האב איך געפלאנט צי טוישען מיין ניק צי ראדני 152 נאכדעם ווען איך וועל צוריק קימען צי ראדני
האסטי מיר דאס אויסגעכאפט

13Hooper » 28/12/2005 07:37

ראדני 152
וויאזוי איז שנעלער אנציקימען פין 13HOOPER ביז ראדני152
דורך DIVISION AV אדער דורך GOSHEN NY

ראדני152 » 28/12/2005 07:55

13Hooper
איך פארשטיי נישט דיין קשיא?

ווארהייט » 28/12/2005 08:01

עס איז קיין שום ספק נישט אז דזשובוי האט באקומען געלט פון די זאליס צו פארמאכן זיין פארום, ווייל זיי ווילן איבערנעמען קאנטראל די סאטמארע נייעס אויף היידפארק, און מאנעוורירן די נייעס וויאזוי זיי שמעקט.

ווען איך האב געזען פאריגע וואך ווי שנעל די זאליס האבן זיך ארגאניזירט, און וויאזוי אין א האלבע שעה פון ווען זשובוי האט געמאלדן זיין רעזיגנאציע, האבן זיי שוין געהאט א נייער פארום, האב איך גלייך געשמעקט אז עפעס איז נישט גוט דא. מיינע פארדאכטן זענען באשטעטיגט געווארן אין די לעצטע פאר טעג ווען די זאליס האבן געעפנט א מאסיוון קאמפיין צו טעראריזירן דעם פארום כל העולם כולו דורך שיקן פריוואטע תיבה אישית פאר אלע נישט-אהרונים וואס שרייבן דא אויף דעם פארום.

אין די קומענדיגע וואכן רישט מען זיך אויף הייסע נייעס אין סאטמאר און משה גבאי וויל זיין אין פולן קאנטראל פון די "ספין", עס איז קלאר ווי דער טאג אז דזשובוי האט זיך געלאזט אפקויפן פאר א שיינע מטבע.

שלמההמלך » 28/12/2005 08:37

ווארהייט,

לאמיר דיך פארשטיין,

די זאגסט אז עס איז קיין שום ספק נישט אז חדשות אנש איז געווען קאנטראלירט פון ארונים,
די זאגסט אז עס איז קיין שום ספק נישט אז דא איז קאנטראלירט פון ארונים,

יעצט לייג ארויס פין בויך די פרוף אז חדשות אנש סאטמאר איז קאנראלירט פון זאלונים,

איך הער פין דיר גאר עפעס אנדערשט,

אז טאמער קענען די זאלונים אויך שרייבן, און נאכצו אן צענזור, ביזטו פארטיג.

ווי קען זיין אז פון אזא גרויסן בער איז געווארן אזא קליינע טשיקעלע?

און דיין גאנצע תגובה איז א שטיק ספין, האסט מורה אז דארט וועט עס נישט ארבייטן? פארדעם שרייבסטו דא?

לאמיר זען נעם דיך שרייבן, א בער מיט א בער.

ווער נישט פאלוירן אז די מאנאפאלי איז געפאלן.

איך בין דיין גוטר חבר, איך פלעג מיט דיר אסאך שמועסן, און איך בין נישט דיין ברודער.

כל טוב

עפשטיין » 28/12/2005 22:51

JEWBOY האט זיך נישט געשראקען פון יוסף90.

והא ראיה ער האט נישט אויסגעמעקט די מעדיצינען על אף יוסף'ס טעראר.

ער האט פשוט געמאכט יענער פורום ווען ער האט געהאט דאס וועלט צייט,און ער איז געווען א בחור, היינט האט ער מער נישט קיין געדולט צו פאליטיק..

אלע וואס האבען אים צוגעזאגט צו העלפען מיט ניהול האבען געהאלפען א קדחת.

יעצט לאמיר זען ווילאנג ענק וועלן האבען געדולט צו פירען דעם פורום.

הצלחה רבה פאר ענק אלע