היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פיאות ביי די דריי יאר

פיאות ביי די דריי יאר

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1732656

שלום_משה » 25/12/2005 19:36

היות איך גרייט מיר גאר בקרוב צי מאכן פיאות פאר מיין אינגעל בשעטו"מ,איז מיר בייגעפאלן די פאלגענעדע שאלה,

וואס איז די מצוה פין פיאות,ציצית קאפול, אנדערש ווי אלע אנדערע מצוות אין די תורה, אז דאס טיט מען שוין יא פאר א קינד וואס איז נאך נישט הגיע לחינוך ??


קיין שום מצווה אין די תורה גייט מען אים נאך נישט מחנך זיין,פארוואס די מצוות יא??

איז עס א דאוריתא?דרבנן? ראשונים??

קען זיין אז די תירוץ איז גאר פשוט, איך ווייס עס אבער נישט
מילא דער וואס ווייסט יא ביטע ענטפערן



תוקן על ידי - שלום_משה - 25/12/2005 19:58:37

בןמלך » 25/12/2005 19:57

גיי אריין אין ספרים געשעפט. עס איז דא היינט מערערע שיינע ספרים אויף די ענינים פון תגלחת.
די מקור הדברים איז דער סמך אויפ'ן פסוק:
שלש שנים יהיו לכם ערלים והרביעי יהי' פרי קודש הילולים וגו'.
די ספרים זענען אויך מאריך ווי שטארק מען דארף האלטן דעם קינד בקדושה אין דעם גרויסן טאג, און דעם ווענדט זיך אסאך פון זיין תורה ויר"ש פון די שפעטערע יארן.
מזל טוב, דו זאלסט זען פון אים אסאך נחת.