היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » !!!!!!!!!!!!!!! חנוכה !!!!!!!!!!!!!!!

!!!!!!!!!!!!!!! חנוכה !!!!!!!!!!!!!!!

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1732601

קרעמער » 25/12/2005 19:02

פאר ענינים פון חנוכה, קושיות/תירוצים, שמועסן/געדאנקן, און שיינע דברי תורה.

חי_וקים » 25/12/2005 23:02

שבת חנוכה פאלט געוויינדליך אויס פרשת מקץ

רמז לדבר מ'ק'ץ' ראשי תיבות מ'אצא ק'אד צ'מען.



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

חי_וקים » 26/12/2005 00:25

חנוכה בתורה מנין?

רמזים אין די תורה צום יו"ט חנוכה ווער ווייסט?

איך וועל פראבירן צו טרעפן עטלעכע תירוצים.

1)"ויחנו בחשמונה" דאס איז דער 25'סטער מסע, רמז אז כ"ה בכסלו וועלן רוהען די חשמונאים פון זייער מלחמה.


2)"יהי-אור" דער 25'סטער ווארט פון אנהייב בראשית איז דער ווארט 'אור' רמז לדבר אז 25 אין חודש כסלו וועלן מיר צינדן ליכט.

3)אין פרשת אמור איז די תורה סומך מצות הנרות 'ויקחו לך שמן זית זך' צו קריאות החג וואס דארט שטייט 'אלה מועדי ד'' כלומר מרמז צו זיין אז חנוכה איז אויך המועד.

ווער ווייסט נאך רמזים?

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

תוקן על ידי - חי_וקים - 26/12/2005 0:25:46

חי_וקים » 26/12/2005 01:19

[בילד – נישט אפגעהיט]


לאמיך אייך פרעגן וואס זאגט איר אויף די בילד, דער וואס האט געצינדן האט די חנוכה ליכט האט מקיים די מצווה כהלכתה אדער נישט???

וועט איר אוודאי פרעגן פאר וואס נישט?

קודם לאמיך אייך זעהן פרעגן, דער נאך וועל איך אייך מסביר זיין וואס איז דער פראבלעם אין דעם.




קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

קרעמער » 26/12/2005 14:53

איך וויל זיך אנטשולדיגן. איר ווייסט דאך אז איך האב לעצטנס ווייניג צוטריט דא, האב איך נישט באמערקט אז "שייןהויך" האט שוין געעפענט אן אשכול וועגן עניני חנוכה און דעם בית יוסף'ס קשיא.

חטאתי עויתי פשעתי

פענסטער » 26/12/2005 18:09

פארוואס צונדען נישט קיין פרויען חנוכה לעכט?

קרעמער » 26/12/2005 19:51

דער חתם סופר שרייבט (איך האב עס נישט געזען אינעווייניג, נאר געהערט) אז דערפאר צינדן נישט די פרויען קיין חנוכה ליכט, ווייל אמאליגע צייטן פלעגט מען צינדן אינדרויסן ביים טיהר פון גאס, און כל כבודה בת מלך פנימה!!!

פענסטער » 26/12/2005 20:35

קרעמער;

זייער פיין (איך האב עס יא געזען אינעווייניג)
די פשוט'ע תירוץ איז אבער לכאורה אזויווי תוספת זאגט אין מס' שבת, אז ווען מ'האט איינגעפירט די מהדרין מן המהדרין, וואס איז לויט די בית הלל מוסיף והולך און לויט די בית שמאי פוחת והולך, האט מען עס נישט איינגעפירט אויף די מהדרין וואס איז נר לכל אחד ואחד, נאר אויף נר איש וביתו. ודו"ק כי קצרתי.

cano » 26/12/2005 22:12

חיי וקים אויב איז עס געווען בייטאג דעמאלטס נישט אבער אז עס איז געווען חנוכה און אויך ביינאכט האט ער מקיים געווען כהלכתו לעני''ד
(און איין וועגס אז מרעדט שוין דיין סלאגען וועפט שוין)

Average » 27/12/2005 03:45

cano, אפי' אויב ס'איז יא געצינדן געווארן ביינאכט, אויב אבער איז עס געווען ערב שביעי של פסח האט ער אויך נישט יוצא געווען...

איך מיין אז דער פראבלעם איז אז ער האט געצינדן דעם שמש אויף איין "לעוועל" מיט די איבעריגע לעכט. ס'ברויך זיין אדער העכער אדער נידריגער.

ער קען שרייען חי וקים ביז מארגן, זיין צינדן איז אבער נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה.

משנה_למלך » 27/12/2005 07:38

ווער זאגט אז די לינקע לעכטל איז א שמש ? איי סיז אפגעריקט נו איז וואס.
לעולם איז די זיבעטע טאג = נאכט..חנוכה... און דער שמש האט שוין לאנג אויסגעברענט.


cano » 27/12/2005 17:51

ער האט יוצא געווען די מצוה כהלכתו מיטן אנצינדן לעכט נישט קיין חילוק וויפיל אדער וויאזוי מהדרין מן המהדרין קען מען עם נאר נישט אנריפען כנלענ''ד

קרעמער » 27/12/2005 18:44

פענסטער;

הא גופא קשיא! פארוואס טאקע האט מען נישט איינגעפירט אז פרויען זאלן אויך צינדן? אויף דעם איז גילטיג דער תירוץ פון חתם סופר. אין אנדערע ווערטער: תוס' איז נישט קיין תירוץ אויף דיין קשיא, דיין קשיא ווערט שווער נאך די ווערטער פון תוספות.

קושקע » 28/12/2005 01:29

דער פשוט'ער טעם פון מוסיף והולך, איז ווייל חנוכה זעהמיר איז דא אן ענין פון פרסומי ניסא (פארוואס, ווייס איך נישט), און די עיקר גרויסקייט פון די נס המנורה איז געווען די רבוי הימים, אז אזויפיל טעג האט געברענט די מנורה, ממילא די בעסטע וועג ווי אזוי סיז ניכר די רבוי הימים איז אז יעדן טאג צינדט מען מיט איינס מער, וואס דורך דעם איז זייער בולט דער ענין אז יעדן טאג באזונדער איז געווען נאך א נס,

תוקן על ידי - קושקע - 28/12/2005 1:28:47

פענסטער » 28/12/2005 04:17

קרעמער;

איך האב געשריבן מיין פריערדיגע תגובה זייער בקיצור, האסטו אפשר נישט געכאפט וואס איך האב געשריבן, במילא וועל איך עס יעצט איבערשרייבן.

די גמ' זאגט אין מס' שבת ת"ר נר חנוכה נר איש וביתו זאגט רש"י איין לעכט פאר די גאנצע הויז געזונד. והמהדרין נר לכל אחד ואחד, אז יעדער איינער צונד אן עקסטרע לעכט. והמהדרין מן המהדרין איז א מחלוקה צווישן די בית שמאי אין די בית הלל, לויט די ב"ש פוחת והולך אין לויט די ב"ה איז מען מוסיף והולך.

זאגט דארטן תוספת ד"ה והמהדרין מן המהדרין, נראה לר"י אז די מהדרין מן המהדרין לא קיימי אנר לכל אחד ואחד ווייל אויב יא איז נישט ניכר אז דעס וואס ער צונדט דעם צווייטן טאג מער (לויט די ב"ה) איז כנגד ימים הנכנסים, נאר ס'קען זיין אז היינט האט ער געהאט מער מענטשן וואס האבן געצונדן ביי אים, נאר די מהדרין מן המהדרין גייט ארויף אויף נר איש וביתו, אז מ'צינדט נאר איין לעכט פאר די גאנצע שטוב, און יעצט ווען ער צונדט דעם צווייטן טאג מער איז שוין זייער גיט ניכר אז ער טוט עס כנגד ימים הנכנסים.

לויט דעם איז פשוט פארוואס פרויען צונדן נישט קיין חנוכה לעכט.

(איך וויל מיך אנטשולדיגן פארן נישט אראפברענגן די פולע טעקסט פון די גמרא, איך האב נישט דא קיין גמ' מיט מיר, און איך ווייס נישט ווי מ'טרעפט עס אויף די אינטערנעט)

קרעמער » 28/12/2005 06:34

יעצט פארשטיי איך, יישר כח.

cano » 29/12/2005 16:16

די מהרש''א זאגט און מס' שבת כ''א; אז עס קען נישט זיין אז פארדעם הייסט עס חנוכה ווייל חנו כ''ה, וויבאלד עס איז מותר במלאכה קען מען עס נישט אנריפען חנו, א''מ איז חנכה פון לשון חינוך, וייל אין חנוכה האט מען מחנך געווען דעם מזבח ועי''ש.
איך פארשטיי נישט פשט, עס זעט אויס פין דעם אז דער מהרש''א האט געלערנט אז דער נאמען חנוכה האט א שייכות מיטן זכר וואס מען האט געמאכט לשנה אחרת, ווייל אויב האט עס מיטן עצם נס איז דאך יא געווען א גרויסע מנוחה, פון די מלחמה, וואלט דאך זייער שטארק שייך געווען די לשון חנו, א''מ איז דער נאמען חנוכה אלטס זכר פון לשנה אחרת, אויב אזוי וואס ענטפערט ער, א מער? די חניכת המזבח איז דאך אויך נאר געווען יענע יאר

(קרעמער זיי מוחל זיי עס מתקן די ווייסט זיכער די מהרש''א איך האב עס נישט פאר מיר איך שרייב נאר פון אויסענווייניג)

קרעמער » 29/12/2005 16:58

קנאי;

לכאורה פרעגסטו גוט, קוק אין מהרש"א הארוך אויב ער האט נישט עפעס א שמועס דערוועגן, אויך כאפ א בליק אין דברי יואל אויף חנוכה.

שייןהויך » 30/12/2005 01:06

אזוי ווי עס איז היינט דעם פינפטן טאג פון חנוכה, וואלט איך געוואלט פרעגן ווער עס ווייסט, פארוואס ביי געוויסע חסידישע פלעצער מאכט מען אן עסק פון דעם פינפטן טאג? וואס איז די גדולה פון דעם טאג?

ווער עס ווייסט זאל ביטע אריינלייגן תשובות!

RebMechel » 30/12/2005 20:00

ביי מיר אין שטוב פירט מען זיך ווי די מאן-דאמר פוחת והולך. די טאכטער'ל האט אהיימגעברענג פון סקול א מנורה וואס איז צוזאגשטעלט פון נאשעריי אין די בני-בית האט געזאגט אז מען מעג עסן איין לעכטל א טאג אין לכבוד זאת חנוכה וועט מען - אין צוגאב צו די לעצטע לעכטל- אויך קענען עסן די מנורה זעלבסט - די וועיפער.

קרעמער » 2/1/2006 08:05

שייןהויך;

אפשר צוליב דעם וואס דער פינפטער טאג איז רומז אויף "הוד" וואס דאס איז דער גאנצער ענין פון חנוכה.

שירעם » 2/1/2006 22:21

פענסטער

לויט וויאזוי די ברענגסט אראפ די תוספת אין מס' שבת, וואס איז די קשיא פון חתם סופר? ס'איז דאך אן אפענער תוספת?

פענסטער » 3/1/2006 22:30

שירעם;

ס'איז שוין נאך חנוכה, דער אשכול איז מער נישט רויט! אבער אז די האסט געפרעגט וועל איך דיר ענטפערן, "איך ווייס נישט..."


לאמיך דיר זאגן דעם אמת, דעם חתם סופר האב איך שוין געזען פאר א וויילע צוריק ווען איך האב געלערנט מס' שבת, נאר וואס איך טראכט איז, אז ס'קען זיין אז למעשה איז די רמב"ם מחולק מיט תוספת לגבי די הלכה און די רמ"א פסק'ענט אזויווי די רמב"ם, במילא קען זיין אז די חתם סופר רעדט אליבא דהלכתא ווי מיר פסק'נען היינט צוטאגס.

נ.ב.
אויב ס'איז געשריבן צו בקיצור, און די פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן דא, פרעג מיך איבער און איך וועל פרובירן בעסער מסביר זיין. שכח.