ר' אברהם ווידער האט א שידוך געטין מיט זיין זון
מיט די טאכטער פון ר' נחום שווארטץ
מזל טוב מזל טוב
תוקן על ידי - שפיטצער06 - 25/12/2005 9:39:28
ווער אריז ר' נחום שווארץ?
ווי וואוינט ער?
וועמענס זוהן? וועמענס איידעם?
איז דאס רבי מעכל לעבאוויטש'ס גבאי?
לויט ווי איך הער, איז דאס א זעלטן אינטערעסאנטער שידוכים קייט.
פינף משפחות טוען דאבל שידוכים, ווידער, שווארץ, טייטלבוים, ??????, אבער נישט איינער מיטן אנדערן, נאר מען טיילט זיך, א' נעמט ב', ב' נעמט ה', אא"וו.
ווער עס קען זאל ביטע אפדעיטן די נעמען פון די משפחות, און ווער עס האט גענומען וועמען.
בא_ללמד
קוידעם רעד נישט פאר ס'ווערט ס'איז קיינמאל נישט זיכער פאר ס'איז נישט דא קיין לחיים...
ר' אברהם ווידער האט געטין נאך א שידך מיט א טאכטער מיט א זון פון איינער טייטלבוים
קיינער זאל ביטע נישט רעדן פאר עס ווערט די נעקסט אויב עס וועט ווערן
אודאי טאר עס נישט שטיין פאר עס ווערט, כ'האב געמיינט צו זאגן דערנאך.
דער רבש"ע זאל אודאי העלפן עס זאלן זיך מערן שמחות ביי אידן.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 26/12/2005 0:27:17
ברעקינג נויס
נאך צוויי שידוך'ם ווערן יעטץ
ביז דער וואל זענען די שידוך'ם אזוי
ר' אברהם ווידער'ס זון מיט ר' נחום שווארטץ ק"י
ר' אברהם ווידער'ס טאכטער מיט ר' בערל טייטלבוים'ס זין וומ"ס
ר' בערל טייטלבוים'ס טאכטער מיט ר'......... רויזענבערג'ס זין ב"פ
ר' ליפא קאהן ק"י זין מיט ר' .......רויזענבערג'ס טאכטער ב"פ
מזל טוב מזל טוב
כאטש אלעס פון איין שדכן ?
יא איין שדכן א פרוי טייטלבוים פון ק"י?
ס'איז מער ווי איין שדכן
ווי איך הער איז די באוואוסטע מיסיס פישער פון ק"י (מלפנים מאנסי) אויך אינוואלווד אין די שידוכים-טשעין
ס'איז די ערשטע מאל אין די געשיכטע וואס ס'קומט פאר אזא סארט שידוכים טשעין, אבער ווי איך הער איז עס נישט אזוי גרינג ווי מען מיינט.
די שדכנטעס ארבעטן ביטער שווער אז די טשעין זאל זיך ציען ווייטער און ווייטער.
ויה"ר אז מען זאל הערן נאר פרייליכע בשורות און ס'זאל זיך מערן שמחות ביי אידן.
נו, וויאזוי איז עס געפארן ווייטער ?
ביז דער וואל פארט עס נישט נאך
איך וועל אי"ה שרייבן דא אויב יא
א טיפזיניגער חנוכה פשעטיל,
עס גייט אזוי,
ר' אברהם וויעדערס זוהן הב' דוד לייב איז למזל טוב ובשעה טובה ומוצלחת געווארן א חתן מיט די טאכטער פון ר' נחום שווארץ, פון קרית יואל, במילא איז עוועילעבל געווארן די טאכטער פון ר' אברהם וויעדער וואס איז געווארן א כלה מיט הב' יואל ב"ר יוסף מאיר טייטלבוים, יעצט האלטס קאפ, אזוי ווי יואלי טייטלבוים איז ב"ה א חתן געווארן איז זיין שוועסטער געווארן עוועילעבל, נו, איז זי למזל געווארן א כלה מיט הב' יואל יחזקאל שרגא ב"ר אליעזר ראזענבערג, פון ב"פ, נו, נאכנישט פארטיג, ס'גייט נאך ווייטער, אזוי ווי יואלי ראזענבערג איז דאך שוין ב"ה א חתן, נו, איז זיין שוועסטער געוארן עוועילעבל, איז זי למזל געווארן א כלה צו הב' יואל ב"ר ליפא קאהן פון קרית יואל,
צו יואלי קאהן האט א שוועסטער צו נישט,
ווייס איך נישט...
ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל, לאמיר וואונטשן אלע חתנים, כלות, מחותנים, מחותענסטעס, טאטעס און מאמעס זיידעס און באבעס, די זיוויגים זאלן עולה יפה זיין און זאלן זיין א קשר של קיימא א בנין עדי עד בבני חיי ומזוני רויחי, און זאלן זעהן אסאך אידיש נחת ביי אלע זייערע יוצאי חלציהם אמן.
ער האט א שוועסטער קענסט נאך עפעס אנדרייען