די מ.ט.ע אדער די יוניאן אדער בלומבערג אדער פאטאקי
תוקן על ידי - allgood1s - 25/12/2005 1:52:24
קודם זאג דו דיין מיינונג, דאן וועלן מיר עס קענען אנאליזירן...
שפיטצער מיינט אזוי וועט ער געווינען?
שולדיג אין די סטרייק איז זיכער די יוניאן.
זיי זענען דאך געווען די וועלכע זענען נישט געקומען צו דער ארבייט.
די שאלה איז ווער פון זיי איז גערעכט.
איך פערזענליך זע נישט קיין שום תירוץ וואס זאל בארעכטיגן די יוניאן צו פאראליזירן די שטאט פאר נאך אפאר דאלער, אינדערצייט וואס רוב שטאטישע ארבייטער מאכן נישט אזויפיל.
די עולם שרייט א גאנצע צייט אז די יוניאן איז שולדיג, אבער איך מיין אז מקען זיי נישט אינגאנצן באשולדיגן.
זיכער אויף די רויבערישע פיר און צוואנציג פערצענט זענען זיי חיות, אבער פאר דעם וואלטן זיי נישט געגאנגען סטרייקן, בעיקר מיין איך די העלט קעיר קאסטן.
דעס איז א פראבלעם וואס וואקסט אין גאנץ אמעריקע, און דאס גייט ווערן אן ערנסטער מלחמה פראנט צווישן ארבעטער און באלעבאס אין גאנץ אמעריקע.
איך האף אז די יעצטיגע פייט האט געשיקט א מעסעדזש אז מדארף עפעס טון באצייטנס פאר סווערט א קריזיס.