פון ווי קימט די מינהג צו ווארפען האנטעכער ווען די שמש צינט די חנוכה ליכט און ביהמ"ד
הויפט זייט » כל העולם כולו » מנהגים פון חנוכה
מנהגים פון חנוכה
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1731569
ס'איז אנגענומען אז דער יסוד פון דעם מנהג איז צו ווייזן אז דאס איז נישט קיין ריכטיגע חנוכה ליכט, און מען קען דערמיט נישט יוצא זיין.
אין מושיען של ישראל (ח"ה ?) איז דא אינטערעסאנטע מעשה פון רבי'ן זי"ע ווי ער האט זיך געבייזערט אויף א בחור וואס האט צופיל פארפירט אקעגן דעם משמש.
ער שרייבט דארט דרך אגב, אז דער בחור וואס האט דאן געצינדן האט געמאכט זייער גרויסע הכנות צום צינדן, ווען דער רבי האט אים געפרעגט וואס ער פעניעט אזוי האט ער געענטפערט, "זייער ווייניג האבן די זכי' צו האבן ביי חנוכה ליכט אזעלכע געהויבענע "חסידים" ווי איך האב..."

אין פערשווארסק איז א מנהג דייקא יא צי ווארפן זאכן אויפן משמש
אינעם ספר איש חמודות ווי עס ווערט געשילדערט קורות ימי חייו פונעם חכימא דיהודאה ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, שטייט דארט אינעם סדר השנה ביי יו"ט חנוכה, אז די ערשטע נאכט חנוכה האט ער אליין געצינדן חנוכה לעכט, ווייל ער האט נישט געוואלט מ'זאל ווארפןהאנטוכער, האט ער געצינדן דעם ערשטן נאכט כדי די אנדערע נעכט זאל שוין אזוי בלייבן אז מ'ווארפט נישט, אבער... אויב בחורים האבן יא געווארפן האנטוכער האט ער גארנישט געזאגט, ווייל ער פלעגט זאגן "א גוטע ראש ישיבה דארף קענען אמאל צומאכן זיין אויג"....,
דא רעדט מען דערפון אז ר' נתנאל'ע האט אנגעפירט דעם מנהג אין סאטמאר
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=3161&p=72020&hilit=%D7%95%D7%95%D7%90%D7%A8%D7%A4%D7%9F+%D7%94%D7%90%D7%A0%D7%98%D7%95%D7%9B%D7%A2%D7%A8&sid=5beebe73740d2f4eaba8e8df2bac41f2#p72020

אין "דער אוצר" אפטיילונג פון דער בלאט די וואך, שרייבט עוזר טענענבוים זייער שיין דערוועגן