יעצט איז 1:15 ביינאכט. איך וויל אייך נאר מעלדן אין קורצע ווערטער אז איך האב פארלוירן מיין צוטריט צום קרעטשמע. לאמיר אינאיינעם שרייען "גם זו לטובה", ווייל מיין וויי-פיי לאזט מיר שרייען וויי און פיי, ער פייפט מיר אן מיט א חצוצרות, און איך קען זיך צו אייך נישט באהעפטן ווילאנג דער טאג איז (יעצט בין איך דא דורך "דייל-אפ" וואס איך וואונטש פאר מיינע שונאים).
איך האב נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט דאס צו מעלדן פערזענליך פאר אלע מיינע פריינט, זאל דאס דינען ווי א כלליות'דיגע מעלדונג: טייערע חברים, ווי עס קוקט אויס וועל איך נישט קענען זיין מיט אייך אינאיינעם דאהי , ס'נישט געווען מיין באשלוס, דאס האט מען אזוי צוגעפירט, און מסתמא איז עס לטובה. אויב האט איר עפעס וויכטיג צו מעלדן, זייט מוחל שרייבט דאס אריין אין תיבה אישית, איך האף צו האבן א געלעגנהייט יעדן צו ענטפערן כאטש איינמאל א טאג.
צו אלע מיינע פריינט אויף "יאהו מעסענדזשער" "גוגעל טאלק" "מ.ס.נ. מעסענדזשער": עס איז געווען א פארגעניגן צו זיין בקשר מיט אייך דורכאויס דעם טאג, איך קען אייך נישט זאגען ווי שטארק איך האב זיך מחיה געווען שמועסנדיג מיט אייך פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט, אבער ליידער קומט דאס יעצט צו א (כ'האף צייטווייליגע) אפהאלט.
זייט מיר אלע געזונט, און גלייבט מיר אז איך וועל זיך מער בענקן צו אייך ווי איר צו מיר.