צענדליגער טויזענטער אידן האבן זיך באטייליגט אין דעם מעמד אדיר וחזק אין בית המדרש הגדול אין קרית יואל ביי דעם מעמד כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רבינו הקדוש זי"ע.
דער רב שליט"א, האט געהאלטן פייערדיגע דברות קודש, ווי ער האט באצויבערט דעם ריזיגען ציבור חסידים ואנשי מעשה, מסלתה ומשמנה פון "סאטמאר המקורי" מיט א לענגערע דרוש , און ער האט מעורר געווען- כדרכו בקודש- קעגן די גזירות קשות וואס די ציונים הארורום, זענעם גוזר אויף אחינו בני ישראל אין ארצינו הקדושה.
דערנאך האט ער מיט א קול חנוק בדמעות, מעורר געווען אויף די גזירה רעה פון מציצה בפה, און ער האט געשטורעמט קעגן די גזירת המלכות אין ניו יארק סיטי, און ער האט מקיים געווען דעם "לא תגורו בפני איש", און אויסגעדרוקט דעם ווייטאג ברבים, אז ער איז חושש אז די מאנכע עסקנים אין די שטאט, האבן פאר נארישקייטן פארנאכלעסיגט, און נישט גענומען פון די סיטי קיין שריפטליכע הבטחה,-בעפאר די וואלן- אז זיי ווען נישט שטערן די הייליגע מצוה פון ברית מילה.
דערנאך איז דער ריזן ציבור ארויס אין א פייערדיגן טאנץ פון חסדי ה'.