אלעס אויסגעמעקט
62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1727152
24 שעה באקום איך קאלס וועגען הייד-פארק מחלוקת.
גענוג איז גענוג!!!
מהיום והלאה איז מער נישט דער פורום פאר חסידישע שמוץ, דא קען מען שרייבען נארמאלע נייעס, סתם חסידישע בילדער, דיסקוסירען אנדערע נושאים אבער נישט חסידישע מחלוקת.
מחלוקת קעגען יחידים קהילות מיט רבנים וועלן גלייך ווערן אויסגעמעקט, אין די שרייבער וועלן געבלאקט ווערן.
דשובוי
העם אתך
פיינעלי
הער איך שוין דעם שופר של משיח?
טוווווווווווווווווווווווווווווווווווווווווווווווווו
יא די צייט איז ענדליך געקומען אז די אלע מיט די קעכער-לעפעל אין הענט און מיט רויטע דערהיצטע פנימער מיט די גרויסע פיסקעס און שנעל שרייבעדיגע הענטעלעך זאלען נעמען די צוויי פארקלאצטע פיס מיטן וואנדער שטעקן און גיין פון דאנענט.
Great
jewboy
ענדליך געקומען צום שכל
חסדי ה' כי לא תמנו, כי לא כלו רחמיו!!!!
געוואלדיג!
דו זאלסט עס נאר קענען אנהאלטען אויך אויף ווייטער..
יישר כח הרב ר' JEWBOY!!!
It's about time.
זשאבוי.... עס איז כ"א כסליו....עס איז די ריכטיגע צייט....
חסדי השם כי לא תמנו.............
אבער לויף שנעל ארויס זיך דערכאפן דאס הארץ נאך אזא עבודה, אביסעלע פיצוחים...
('')
סתם חסידישע מחלוקת יא, אבער .... איז דאך א מצוה מגלה קלונו צו זיין, אפשר מאכט מען אן אויסנאם?
נו אז מען סטרייקט שוין זאל שוין חדשות אנש אויך סטרייקן...
דזשובוי, א גרויסן ישר כח, ס'איז צוגעקומען אפאר שעה אין מיין טאג.
א דאנק.
Hi jewboy please give clear indications, what's permitted and whats prohibited.
BTW where is the repalacement forum.
Jewboy great job
דזושבוי;
זאלסט נאר קענען אנהאלטן אזוי.
נאר איינער, פארוואס האסט דו ארויסגעגעבען דיין טעלעפון נומער צו אזעלכע נעכצעס?
דזשובוי
- אקינד איז אמאהל אהיים געקומען אין מודיע געוועהן פאר זיין מאמען אז ער גייט נישט מעהר אין חדר!
- פאר וואס נישט?
- שרייבן קען איך נישט, רעדען לאזט נישט דער רבי ,סתם אויסהערן, קען איך הערן טעיפס.
איך מיין אויב דו ווילסט נישט נכשל ווען באבק פאליטיק ומחלוקת , מאך צו דעם פארום, אדער גיב עס איבער פאר א צווייטן.
און אמעריקע איז דא א גרויסער כלל
DONT TAMPER WITH SUCCESS
דו האסט דעם פאפולערסן פארום צווישן חרדישן עולם.
דדו האסט פיינע כללי הפארום מיט פיינע מנהלים, לאז געמאך!
"פיקס" עס נישט, סנישט צובראכן.
וועם סשמעקט נישט, מוז נישט קוקען די נארישע אשכולות,
אויב דו הייבסט אהן צו צענזורירן וועסטו פארלירן אסאך גוטע תגובות, די מעלה פון דעם פארום אז סאיז אפען לכל דכפין.
אזוי ווי דער אריגינאלער HYDEPARK
זו דעתי
איך האלט מ'זאל עפענען א נייע פארעם פאר סאטמער פליטיג
איינער וואס איז נישט אינטערסירט זאל נישט גיין דארט
ווייל טאמער וועט נישט זיין ווי צו שרייבען סאטמער פליטיג וועט צוביסלך צרויק ווערן דא מיט סאטמער פליטיג
באטשי
די ערשטע מאל וואס דו רעדסט צו'ם זאך. שפירסט נישט גוט? אפשר האסט דו א פיבער?
jewboy
tanks its good to have a a one time brake from this
מזל טוב
דזשובוי האסט געמאכט מיין טאג!
Jewboy I think you should also announce the end date. That would be a good Idea to force a break on the satmarites... otherwise I agree that a separate forum should be made for satmar politic.
די זאך וואס דער מנהל האט געטיען האט אין זיך סיי א מעלה סיי א חסרון
די מעלה איז, אז די קימענדיגע שטיק צייט וועלן ווייניגער מענטשן וועלן זיין אויף אינטערנעט, ביז עס עס עפענט זיך א נייע פארום פאר די חסידישע מחלוקות, אדער ביז די תקנה ווערט לויז דא, איך קען דא אסאך שרייבערס וואס אן סאטמערע שמיץ האבן זיי נישט וואס צי זיכען אויף אינטערנעט בכלל, {איך בין נישט צווישען דיע.....}
די חסרון,איך האלט אז עס דארף זיין א פלאטץ ווי צי ליינענן נייעס אין זיך אדורוך שמיעסן, כאטש נישט אויף דעם וועג וואס עס איז געווען,
אין איך האב ליב צי זען די דיסשקאשענס, פארשטייט זיך נישט אלע
תוקן על ידי - שלום_משה - 22/12/2005 2:13:29
מיין ליבער מנהל.
מיר זענען אלע מיט דיר.!
עס וועט זיין אינטערעסאנט צו זען ווי די אלע וועלכע שפרינגען יעצט אויף, וועלן זיין אין עטליכע חדשים ארום.
עס איז פאראן אן אלטער שפריכווארט, וואס רוב מענטשן גלייכן נישט צו אקצעפטירן:
דער דורכפאל פון איין עקסטרעם, טאר נישט פירן צו א פארקערטן עקסטרעם.
דער מציאות איז אז רוב מענטשן וואס זענען דא, זוכן דירעקט יא צו וויסן און מיטהאלטן די סאטמארע נייעס, און זיי קומען דירעקט אהער וועגן צוויי סיבות: 1) ווייל דא קען מען זען זאכן וואס מען קען נישט זען ערגעץ אנדערש. 2) ווייל דא איז דאס גרינגסטע פאר איינעם וואס ארבעט במילא אויפן אינטערנעט. ווי אויך איז דא די שנעלסטע.
א פארום וואס איז געצילט נאר פאר אנדערע זאכן איז שוין דא "בחדרי חרדים משפחה אידיש", וואס איז א סאך בעסער ווי דער פארום וועט אמאל זיין - און אפילו יענער פארום שלאפט רוב צייט.
מיין פארשלאג איז אז מען זאל יא שרייבן סאטמארע נייעס, אבער מיט א מאס, און אן אריינמישן די זאכן אין יעדן אשכול.
(דרך אגב, פארוואס קאלט מען זשויבוי ?! ער איז דאך נאר דער מנהל משנה ?! )
שוין העכסט צייט.
Jewboy, you da MAN
לדעתי איז פונקט אזוי אסור די עבירות בן אדם לחבירו אופן אינטערנעט צו אין גאס.
ס'מאכט נישט קיין סענס אז א פארום פון פרומע אידן זאל זיין אזוי לייכטזיניג אין צולאזן אזא פירצה פון טרעטן אויף הארבע לאו'ן דאוריתא מדי יום ביומו.
ס'איז העכסט צייט פאר די מנהלים צו מאכן סדר אין זעהן אז דער סייט זאל זיין אויסגעהלטן בעיני ה' ואדם.
האלט זיך פעסט אין הער נישט אויס די מלעיגים.
עת לעשות לד'.
דזובוי צי וועלכען חאכאם ביסטי לעצטענס געווען ?
פרעג עיהם אפשר צי די זאלסט ענדערשט נאר ארויפברענגען די קוואליטי פין די תגובהס מיט נישט לאזען קיין קללה'ס מנוולה'ס אין אפענע ליגענט
אויך קען דאס געטיען ווערען ציביסלעך נישט פין איין מוניט צום אנדערען
ביז אין א קורצע צייט זאלסטי אויך נישט לאזען אפילו באליידיגען איינעם דעם אנדערען
דעמאלס וועט עס זיין א פארום וואס עס וועט זיין נאר א פלאץ פאר אינפארמאציע אין פארשידענע מיינונגען וואס עס וועט זיין א פלעזשער צי ליינען אין שרייבען אין מען וועט דיר זייער דאנקבאר זיין פאר דעם
חדשות נו יארק ז"ל האט אויך געפלאצט צום סוך הגם עס איז געווען זייער געלונגען.
זעט אויס אז דאס איז ארבעט וואס נעמט 24-7.
איין צודרייטער וואס מאכט גילוי קען אראפברענגען דעם גאנצע פורום ווייל קיינער האלט זיך נישט איין פון ענטפערן.
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס איך גלייך אזוי שטארק סעמאן-פיש.
סעמאן-פיש! ציקער זיס יעדע ווארט וואס דו שרייבסט אויפן פריערדיגן בלאט!
JEWBOY
איך האב געהאלטען אז די האלסט דעם פורום ריין ביז יעצט אויך.
איך דערמאן מיך ימים מקדם ווען מען האט דא באשמוצט רבנים מיט כל מיני כינוים.
בכל אופן זאג אך דיר בכל אפשר תפנה תצליח.
איך האב אפגעליינט וואס סעלמאן-פיש שרייבט, האט עס מיר א האק געגעבן און געשטעלט מיין מח היינט איינמאל אין פלאץ.
איך וועל רעדן נאר פון מיר: לאמיר זיך נישט נארן. קיין ירא שמים שרייבט נישט אויף הייד-פארק, ווייל ווער עס גלייבט נאר אין העכערס, קען זיך נישט זעצן בדחילו ורחימו און שרייבן לשון הרע, רכילות און מלבין חבירו זיין צענדליגער מאל אין טאג.
ווער עס גלייבט אין חז"ל קען נישט אנווערן זיין עולם הבא יעדן טאג.
מילא מ'כאפט א לשה"ר נישט מיר-נישט דיר, האט מען שוין געהערט און דערפאר איז טאקע פאראן ספרים פונעם הייליגן חפץ חיים, אבער פאר די סארט וועלכע זיצן טאג איין טאג אויס און שרייבן אויף אידן - און סיי וועלכער איד - איז ממש א הכרח צו זאגן אז זיי גלייבן נישט און קיין שום העכערס.
קענען נאך קומען אינגעלייט און אויפמאכן איצט א נייעם אשכול און ס'זאל נאך זיין "למצוה גדולה יחשב"?
איך וויל זיין ערנסטער פון דעם.
תוקן על ידי - jewboy - 22/12/2005 13:16:41
איך שרייב דא מיט Mixed emotions אין א בחינה פון ויחד יתרו, Deep down ווייס איך אז דער חשובער מנהל האט געטוהן די ריכטיגע זאך, סוף כל סוף האט מען כסדר עובר געווען אויף לשון הרע, מוציא שם רע, שקר, ליצנות, בזיון תלמידי חכמים, מלבין פני חברו ברבים, און סתם רכילות, וכו' וכו', איך רעד שוין נישט פון זיצן צו געהאקט צום קאמפיוטער שעות ארוכות, פארברענגען די צייט מיט שטותים,
ביטול תורה וכו'.
פון די אנדערע זייט, איז דאס געווען א פורום ווי מען האט געקענט ארויס ברענגען דעם אמת, איבערצייגן מיט פאקטן, זיך אנעמען פאר מענטשן וואס מען טיט זיי באעולה'ען, וכו', אבער די זאכן זאלן געטוהן ווערן אידישלעך, אן די אויבן דערמאנטע מכשולות, דארף מען האבן א פול טיים Observer, איינער זאל כסדר שטיין און וואטשן אז מען זאל חלילה קיינעם נישט פארשעמען, און זעלבסט פארשטענדליך מיר זענען דא על פי רוב ארבייטערס וואס כאפן אראפ אפאר מינוט דא און א פאר מינוט דארט, על כן האט דער מנהל לכאורה געטוהן די ריכטיגע זאך און לאמיר האפן שיתגדל ויתקדש שמו יתברך.
דא ביי די געלעגנהייט מיט רשות פונעם מנהל און פון כל הקהל הקודש הזה, וויל איך דא ברבים מפייס זיין איינעם ואס איך האב אנגערופן מיט א שם של גנאי וואס איך האב בשעת מעשה געוואוסט אז ס'איז מסתמה שקר, אבער ס'איז געווען בשעת א היציגן דיסקאשן, ס'איז געווען חם לבי, און זייט דעמאלטס איז לבי נוקפי, און איך וויל עם מפייס זיין באותו מקום, דא אויף דעם פורום.
די זאך איז אזוי, איך וועל שרייבן בבחינת מגלה טפח ומכסה טפחיים, נישט עובר זיין אויף די נייע רעגאלאציעס,
איך מצדי ווען איך האב געשריבן האב איך מיך פרובירט צו האלטן צו איין פרינציפ, נישט צו שרייבן פרעזדליך קיין שקר אויף קיינעם, א זאך וואס איז יענעם מבזה, דאס הייסט נישט זיין א מוציא שם רע, איז דא געווען איינגעפירט אזוי, איין צד האט געשריבן אויף אנווערפענער רב א שם כינוי, עם מבזה צו זיין מיט א קלארע אויסגעטראכטע בלבול נאר כדי עם מבאיש רח זיין, איז געקומען דער צד השני און געשריבן די זעלבע זאך אויף ר' חיים הערש ברז"ל פון ירושלים, און עם אנגערופן מיט א ענליכע שפעט נאמען, כדי נישט צו בלייבן שולדיג, איך האב אלץ אכט געגען נישט אריין צופאלן אין דעם קינדערישן נארישן שפיל, וואס איז א רעכטע שפיכת דמים, ווייל פאר א מוציא שם רע לחברו, שטייט קלאר אז מען איז נישט מחוייב מוחל צו זיין אפילו מען קומט עם מפייס זיין, ס'איז זייער הארב, למעשה, ווייס איך אז איינמאל ביי א היציגן דיבעיט פון דעם ענין, איך האב מיך כדרכי אנגענומען פאר אנווערפענער רב און צוריק גפליקט מיט דעם שפעט נאמען פון ר' חיים הערש, ס'האט מיר באלד לייט געטוהן, אבער איך בין דאן געוארן פארנומען און ווען איך האב דאס געוואלט אויסמעקן איז שוין געווען מער ווי א האלבע שעה און ס'איז געווען TOO LATE, און זייט דעמאלטס האב איך מיר פארגענומען ביתר שאת וביתר עוז אז אויב שרייבט מען אויף עמעצן א ליגנט, האב איך עכסענס מוחה געווען אבער נישט אנטייל גענומען און דעם דיסקאשן, אבער פארט איז זייט געמאלטס געווען לבי נוקפי און מיין מצפון האט גענגבערט.
על כן מיין איך איז יעצט די צייט אים מפייס צו זיין, ער זאל מיר מוחל זיין.
זשובוי
סעמאן פיש
די גדרים פון בין אדם לחבירו איז שוין אריבער אלע גרעניצן.
עס איז שוין געווען די צייט צו מאכן א געזונטן "שארט-סטאפ" .
עבירות שבין אדם לחבירו אין יוכ"פ מכפר עד שירצה וכו'.
דערנאך ווי לויזער דער קאנטראל ווערט, ציט עס מער צייט פון די שרייבער, סע קומען צו צען פאכיג מער תגובות, און עווענטועל רויבט דאס פיל צייט אפילו פון די וואס ליינען נאר דעם פורום.
און מ'קריכט אריין אין א פראבלעם פון ביטול מלאכה.. און נאך ערגער, פון ביטול תורה.
כל המבטל את התורה מעושר, סופה וכו'.
ואם בטלת מן התורה, יש לך הרבה בטלים כנגדך.
כיפר הקב"ה על עון וגו' ולא ויתר על ביטול תורה.
כאטש איך נעם נישט אנטייל אין די סאמטמארע פאליטיק, איך האלט אז צענזאר איז נישט אין פלאץ און וועט סופסוף דער פארום צוגרונד לייגען. ס'עפענט זיך יעצט עטליכע נייע פארומ'ס, אינטערסאנט צו זעהן וועלכע ס'וועט בלייבען, אדער איבערנעמען.
WASSA
איך האלט מיט דיר 100%
מ'קען פשוט מאכען א תקנה אז דער וואס איז מבזה סתם מיט דברי נבלה איך שיהי ומי שיהי' זאל ווערן געווארענט אז ער האט איין שאנס און אויב נישט וועט מען איהם חותם זיין..
אבער בדרך כלל האלט איך אז אשכולות דא זענען "SELF CORRECTING" און ווער עס גייט איבער דעם מאס טוהן אנדערע גולשים איהם מגנה זיין און פארעכטען זיינע עוולות אוטומאטיש.
איך מיין אז איך האב במזיד קיינעם נישט באשמוצט, אבער עס קען זיין אז צומאהל בין איך אליין געגאנגען איבער די מאס..
אויב JEWBOY וועט איינפירען זיינע נייע RULES האט ער צום ווייניגסטנס מיך פארלוירען אלס א שטענדיקער מגיב דא.
דער אינטערנעט איז נישט דער איד אדער דער בלאט און אודאי נישט דער המודיע.
דא איז כמעט ווי א מקוה אדער א שוויץ באד
מ'שמועסט אהן קיין צענזוריע. נארוואס, מיר אידען זענען דאך דער פאלק פונעם בוך "עם הספר" מיטען מויל קענען מיר רעדען סיי וואס, אין בית מדרש, און אינדערהיים. אבער פאר ווערטער וואס זענען שווארץ אויף ווייס זענען מיר עפעס אלערדזיק. אויב עס איז שחור על גבי לבן ווערט עס אזוי די עשרת הדיברות ...
"וואס הייסט עס איז דאך א בפירוש'ער הייד פארק!" קען מען נאר הערען פון א נער און א טיפש.
Everybody please calm down its only pixels on a screen.
אויב ס'וועט זיין אין קראפט דעי תקנה
וועט זיין אזויפיל תגובות וויפיל ס'איז היינט אריין
בערך 10 שטיק !
אין איך ווארף שוין ארויס דעי פארום פון מיין פעווירייט ליסט כ'האף נאר אז פון דעי אלע נייע וואס האבן זיך היינט געפענט וועט עפעס בלייבען!
מילא די גולשים ווי געלט אז גוט אז זיי גייען, אבער יוסי איז א שאד.
איך בין זיכר אויב עס וועט זיין אינטערסאנטע זאכען וועט יוסי ווייטער אונז מהנה זיין.
jewboy
אפשר יעצט וועל איך שוין האבן מער געדולד צו שריבן דא
אט אט איז שוין געקומען דער גליקליכער מינוט פון
peace faith & trust
און אפשר אויך דער זמן פון וגר זאב עם כלב..
עכ"פ דא אין פארק.
שלו' וברכה לכבוד מלך ההייד פארק שליט"א דזשובוי בלע"ז
מיט גרויס פרייד האב איך אויפגענומען דיין הודעה פון "אלעס אויסגעמעקט", סיז נישט דא די ווערטער זיך צו באדאנקן פאר דיר, דו האסט געטוהן א זאך וואס איז שווער, איך שטעל מיך פאר אז דיין אישית איז איבערנאכט פיל געווארן מיט טענה'ס און מענה'ס איבער דיין שריט, אבער וויסן זאלסטו איין זאך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, און העם אתך, איך האף אז די פארום וועט פונקט אזוי אנהאלטן ווי ביז היינט, און פארשטייט זיך אויסגעהאלטן תורה'דיג, דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן מיט אלע ברכות האמירות בתורה, רק חזק ואמץ אל תירא ואל תחת.
קוים אריבער 24 שטונדען פון די נייע תקנה איז אריין אין קראַפט און די אלע לאפעצן - וואס דער טאג איז זיי לאנגוויילוג און זייער איינצוגסטער ציל און לעבען איז צו דערהרגענען דער יעניגער וועלכער האט א אנדערן מיינונג - זענען נעלם געווארן און אנטלאֳפן צו די הרי חושך.
איצטער זאלען די גולשים זען ארויף צי שטעלן אינטערעסאנטע ארטיקלען און ניט לאזען אונזער באליבטער פורום אונטער גיין.
ראטצער.
דו קענסט מיר זאגן איין זאך מיט וואס דער פארום איז דיר באליבט געווארן, אויסער מיטן קענען אריינלייגן אשכולות פאר די אנשי הגר ?
עס וועט ממילה אינטערגיין ס'וועט דיך גארנישט העלפען
געב עס א וואך צוויי
ס'איז נאר געווען אזוי גרויס ווייל ס'האט ערהאלטן ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער פאליטיג
(אויב גלייבסטו נישט קוק עס נאך אדער פרעג ביי ליינערס)
איינמאל דאס איז נישטא איז עס פונקט ווי די אנדערע טויזענטער פארום'ס אויף הייד פארק אדער שוואכער!
ווארט א פאר וואכען טין וועסט קענען מאכען א לויה!
yohcee718 טיט אפשפיגלען די מיינונג פון רוב חברי הפארום
ווייל די אלע וואס זאגען אז די שריט פין דזאבאי איז וואס זיי ווילען, האב איך זיי צי פרעגען א קשיא
וואס אינטערסירט ענק, אז עטץ מיזט דווקא קימען אויף דעם פארום
טאמער איז דאס ווייל עטץ האטס ליב די הנהלה פין דזאבאי,דאס קען נישט זיין, ווייל עטץ זאגטס דעך יעצט אז עס איז נישט געווען אויסגעהאלטען
איז דאס ווייל עס איז דא צי באקימען צייטליכע אינפארמעישען אין נייעס, זייער גיט!!!
זאל אינזער מנהל אפקלינען פין דא די מיעסע פארשוינען אין עס וועט זיין שלום על ישראל
אפשר איז כדי אז ער זאל אויפמאכען א נייע פארום פאר די וואס ווילען נישט נכשל ווערען אין לשון הרע אין זאל איבערגעבען די אנ"ש פארום פאר אן אנדערען (לפני עוור?)
עס איז זייער גרינג צי גלעטען זיך אין בויך אין מוחל זיין זיך די אלע עבירות וואס מען האט די גאנצע צייט אפגעטיען אין מיינען אז מיט לייגען א האט מען יוצא געווען מצות תשובה