היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כ' כסליו === יום החסידות!!!

כ' כסליו === יום החסידות!!!

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1726856

בענעדיקט16 » 21/12/2005 20:57

איך האב אמאל געהערט א ווערטל אזוי:

י"ט כסליו איז דאך באקאנט אלץ ראש השנה לחסידות, אין חב"ד וואונטשט מען זיך אפילו לשנה טובה בלימוד החסידות ובתורת החסידות (אזוי האב איך געזען אין לוח דבר בעתו).

כ"א כסליו איז דאך שוין בטלה תורת החסידות...

בלייבט נאר איבער איין טאג פאר "חסידות", און דאס איז דער היינטיגער טאג!

כ' כסליו === יום החסידות

דיפלאמאט » 21/12/2005 21:06



יעצט נעם זיך לערנען וועט צוריק מחדש ווערן די תורת החסידות

tzvibp28 » 21/12/2005 21:08

געניץ

אגודיסט » 21/12/2005 21:21

כ' כסלו איז א גרויסער יארצייט
פון הרה"ק רבי ברוך מוויזניץ זי"ע
בעל מחבר ספר הק' אמרי ברוך
א זון פון רבי מענדלע פון וויזניץ

Baachi » 21/12/2005 21:22

כ' כסליו תש"ך איז דער קל"ב רבי זצ"ל אפגעפארן וואינען קיין ארץ ישראל פון וו"ב

די זקני החסידים פראווען דאמאלטס (בצנעא) סיי דעם יום הגאולה און סיי דעם יום ההצלה.

טרינקטס לחיים

בענעדיקט16 » 21/12/2005 23:22

דיפלאמאט;

לערנען וואס?

צבי;

ביי אונז פירט מען זיך ארויפצולייגן די האנט אויפן מויל ביים געניצן , אביסל אראפציהר.

דיפלאמאט » 22/12/2005 03:02

מיין ספרים שאנק איז פול מיט חסידישע ספרים און דו זאגסט אז עס איז בטל געווארן?

נעם זיך לערנען און זיי עס צוריק מחדש

אבזרווירער » 22/12/2005 04:11

דיפלאמאט, לערנען חסידישע ספרים און זיין א חסידישער איד היינטיגע צייטן, האט קנאפ איינגעלייגט מיטן תורת הבעל שם טוב, ואידך פירושה זיל גמור.

יוסעלע » 22/12/2005 16:03

די גרעסטע ראי' אז 'סאטמאר' איז נישט קיין חסידות, הודאת בעל דין פונעם 'סאטמערער' רב זצ"ל, 'העלפט' נאר פאר זיך אליינס.

tzvibp28 » 22/12/2005 16:44

נישט קיין וואונדער וואס די סאקמערער מיט די קלעצקער האבען זיך אזוי ליב געהאט.......

Baachi » 22/12/2005 19:05

צבי

הערמיך » 22/12/2005 22:36

ווי קען מען זאגן אז ס'בטל תורת החסידות, זעסטעך אז ליבאוויטש איז נאך אלס ביזי מיט טרינקען סמירנאף?

itzik18 » 22/12/2005 22:45

RODNEY » 22/12/2005 23:02

קיינער זט נישט אז עס איזבטל געווארען תורת הבעל שם, די חסידישע ספרים זענען הייליג.

עס איז נתבטל געווארען דרך בעל שם.

הערמיך » 22/12/2005 23:06

עס איז נישט בטל געווארן. עס איז נשתכח געווארן.


עס איז ליידער פארגעסן געווארן.

נאך בימי הרש"ב נבג"מ האט ער זיך מתמרמר געווען אויף די חסידים וואס מאכן פון טפל אן עיקר, און פון עיקר א טפל.

פון יעמאלט איז שוין אריבער הונדערט און פופציג יאר און עס איז נישט בעסער געווארן.


טרינקען סמירנאף,
זיך חנפנען צו דעם אוכל נבילות וטריפות שרון,
מכבד זיין דעם ש"צ'ניק שזר, קומען צו סליחות "שאקלדיג", וכו' וכו' למטה מעשרה טפחים, איז קיין חסידות נישט.



תוקן על ידי - הערמיך - 22/12/2005 23:07:33

itzik18 » 22/12/2005 23:15

ער איז גערעכט - די מאמר איז געוועזן "נשתחת דרך הבעל שם טוב" - נישט חלילה "נתבטל תורת החסידות" ח"ו!

yohcee718 » 23/12/2005 02:10

קוקענדיג אין מיין ספרים קאלעקשן (ONLINE)

ווייס איך נישט פונקטליך ביי וועמען איז פארגעסען געווארען דעם דרך הבעש"ט... ביי די קנאים צו אין חב"ד
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 23/12/2005 02:29

איציק

"נשתחת דרך הבעל שם טוב"

דאס איז א טעות צו א פרוידיען סליפ?

יוסי718

דו ביזט א אינטערסאנטער פויגל (עוף מוזר)

א קלעצקער חסיד

מיין זוהן ווען ער פארגעסט וואס ער האט געלערנט זאגט ער אויך

"סאיז נשתכח געווארן"

מיינט ער צו זאגן איך האב פארגעסן, אבער נישט די גאנצע וועלט

tzvibp28 » 23/12/2005 02:29

yohcee
געשריבען ווי א משיחיסט, קאט ענד פעיסט!

נישט מ'ווייסט וואס דו רעדסט און נישא צו וועמען די בריוו איז געשריבען געווארען און נישט בנוגע וואס, אבער האק ווייטער!

yohcee718 » 23/12/2005 02:49

באטשי היקר לי

ניין, נישט אזוי ווי די האסט געמיינט אז איך בין אבסעסט צו קריטיקירען חב"ד ווען איך קען, דער אמת (האף איך) איז נר לרגלי און ווען עס קומט צו דער טענה פון "חנופה לרשעים" וכו' וכו' האלט איך אז בדרך כלל איז דער לובאוויטשער רבי געוועהן גערעכט און נאנטער צום דרך הבעש"ט ווי למשל סאטמאר איז צום דרך החתם סופר!

ומאן יאמר אם נשתכחה דרך הבעש"ט שלא נשתכחה דרך החתם סופר? (או דרך הפרי מגדים אויב מ'קען נאך א נאמען אריין ווארפען אין דעם סאלאט פון "נשתכחה דרך...")

נאר איך האלט אויך אז אלעס מיז זיין מיט א גבול.

לאמיר נישט פארגעסען אז אין דעם ספר ויואל משה זאגט סאטמאר רב אז דער וואס עס זאגט אז קירוב לרשעים איז דער דרך הבעש"ט איז תולה בוקי סרוקי... וע"ז כותב שנשתכחה הדרך...

איך האב מיך אלע מאהל געוואונדערט פארוואס סאטמאר רב האט נישט דערמאנט דעם פרי הארץ און זיך נישט מטפל געוועהן מיט עס כאטש לאמיר הערען זיין פשט אין דעם שטיקל.
_______
דער צבי איז אזוי בלינד ווען איך שרייב שוין יא לצד חב"ד. שעלט ער ווייטער.

yankees » 23/12/2005 03:48

דער מחבר הווארטל מאכט א שטיקל טעות:

ס'איז דא צוויי דרכים אין חסידות. די דרך הבעש"ט ז"ל.
און די דרך החב"ד וואס די הייליגע תניא האט מחדש געווען יארן שפעטער.

סאטמעררע רב שרייבט נישט נשתכחה דרך החסידות, אדער נשתכחה חסידות חב"ד. נאר דרך הבעל שם.

צווייטענס זאגט נישט די ויואל משה אז חסידות פון בעל שם טוב איז אינטער געגאנגן, נאר די "דרך" דאס הייסט די וועג אנצוקומען אהין, דאס איז פארגעסן געווארן.

tzvibp28 » 23/12/2005 06:00

סארי, איך האב נישט גוט געליינט

next time סקען קלאר, מ'קען עס נישט ליינען!

tzvibp28 » 23/12/2005 06:12

yankees
די בעל התניא האט גארנישט מחדש געווען ח"ו, ער האט נאר גענומען די גאנצע תורת הבעל שם טוב און דאס מגלה געווען לההמון, די אנדערע תלמידים האבען געהאלטען אז מ'טאר נישט אלץ מגלה זיין

yohcee718 » 23/12/2005 17:02

דער צבי שרייבט
>>>>>>די בעל התניא האט גארנישט מחדש געווען ח"ו, ער האט נאר גענומען די גאנצע תורת הבעל שם טוב און דאס מגלה געווען לההמון, די אנדערע תלמידים האבען געהאלטען אז מ'טאר נישט אלץ מגלה זיין<<<<<<


עס איז קלאר אז דער ספר התניא איז בפירוש נישט מחובר געווארען להמון און סאטמאר רב איז דאס אויך מעיר אין זיין ספר.

דער תניא זאגט קלאר אז מ'קען נישט אפילו ארויס געבען א ספר הלכה און אפילו א ספר מוסר וואס זאל זיין שוה לכל נפש.. און ער האט מחבר געווען דעם ספר דווקא פאר אנ"ש וואס זענען "ביודעיי ומכיריי" "אליהם תטוף מלתי"
עס קען גארניש זיין קלארער פון דעם.


והנה קטע מלשון קדשו של מרן התניא קדישא בהקדמת הספר.

ובר מן דין הנה ספרי היראה הבנויים ע"פ שכל אנושי בוודאי אינן שוין לכל נפש כי אין כל השכלים והדעות שוות ואין שכל אדם זה מתפעל ומתעורר ממה שמתפעל שכל חבירו וכמו שארז"ל גבי ברכת חכם הרזים על ששים ריבוא מישראל שאין דעותיהם דומות זו לזו וכו.
אלא אפילו בספרי היראה אשר יסודותם בהררי קודש מדרשי חז"ל אשר רוח ה' דבר בם ומלתו על לשונם ואורייתא וקב"ה כולא חד וכל ששים רבוא כללות ישראל ופרטיהם עד ניצוץ קל שבקלים ופחותי הערך שבעמינו ב"י כולהו מתקשראן באורייתא ואורייתא היא המקשרת אותן להקב"ה כנודע בזה"ק הרי זה דרך כללות לכללות ישראל ואף שניתנה התורה לידרש בכלל ופרט ופרטי פרטות לכל נפש פרטית מישראל המושרשת בה הרי אין כל אדם זוכה להיות מכיר מקומו הפרטי שבתורה...:
...וכ"ש וק"ו בהנסתרות לה' אלהינו דאינון דחילו ורחימו דבמוחא ולבא דכל חד וחד לפום שיעורא דיליה לפום מה דמשער בליביה כמ"ש בזה"ק על פסוק נודע בשערים בעלה וגו' אך ביודעיי ומכיריי קאמינא הם כל אחד ואחד מאנ"ש שבמדינותינו וסמוכות שלה אשר היה הדבור של חיבה מצוי בינינו וגילו לפני כל תעלומות לבם ומוחם בעבודת ה' התלויה בלב אליהם תטוף מלתי ולשוני עט סופר בקונטריסים אלו הנקראים בשם לקוטי אמרים מלוקטים מפי ספרים ומפי סופרים קדושי עליון נשמתם עדן המפורסמים אצלינו וקצת מהם נרמזין לחכימין באגרות הקדש מרבותינו שבאה"ק תובב"א.

tzvibp28 » 23/12/2005 17:56

YOHCEE
דאס איז די בראך פון די אלע וואס האבען נישט קיין מסורה און מיינען אז זיי פארשטיין פון זיך אליין,

מ'קען נישט קומען נאך 200 יאר און זאגען אז "איך פארשטיי בעסער"....

עפשטיין » 23/12/2005 20:05

דא גייט מען שוין אריין אין די מחלוקת צווישען קאליסקער אין בעל התניא.


אדרבה עס גייט ווערן אינטערסאנט.

הערמיך » 23/12/2005 20:50

א רוף צו אלע פראפעסארן און שטודירער פון דרך הבעל שם טוב הקדוש זי"ע.


אפשר קען איינער פון אייך אראפלייגן אין קורצע ווערטער וואס דער דרך הבעל שם טוב הקדוש איז?


איר זאגט אז עס איז נישט נשתכח געווארן? אדרבא, לאמיר הערן וואס איר ווייסט פון דרך הבעל שם טוב.

ביטע ענטפערן צו דער זאך.

וואס איז דער דרך?
שמחה?
אהבת ישראל?
מסירות נפש?

אדער פרענטשעס?
קיגל?
מחלוקות צווישן רביים?
שיינע בילדער אין כל העולם כולו פון סטראקעס בעקיטשעס?
פארטייען אין כנסת המינים?

yankees » 25/12/2005 02:31

די עיקר חידוש אין דרך פון הייליגן בעל שם (וויפיל אינז קען מען פארשטיין מיט אינזער קליינע שכל) איז געווען אז - אפילו די יודן וואס זענען געזעצן אין קרעטשמע און געטרינקן, אדער די פשוט'ע סוחרים און וואסער טרעגער, וואס האבן געשפירט אז זיי האבן גאר ווייניג כוחות אופציטין אין עבדות ה', איז געקומען צו זיי די בעל שם טוב אין קרעטשמע אריין און זיי מודיע געווען אז מיט זייערע יודישע נשמות האבן זיי גאר גרויסע מעגליכקייטען מתקן צו זיין תיקונים ווייל יעדע יוד אין וועלכע מצב ער זאל נאר נישט זיין, נישט קיין נפק"מ ווי טיפ פארזינקן ער איז, האט ער זיין הויכע נשמה, מיט וואס ער קען אויפטין א געוואלד.
און אנשטאט צו ארבעטען אויפען סור מרע, ועשה טוב. האט ער מחדש געווען אז די עשה טוב קען זיין קודם און די סור מרע וועט שוין נאכקומן פון זיך אליין.

פון די אנדערע זייט איז געווען די מתנגדים וואס האבן געהאלטן פארקערט.