די טראק מיט ליפא טעיפס דרייט זיך שוין אין די גאסעןס' פארקויפט זיך אין די מיליאנען ס' ממש מורא'דיג א הערליכע
טעיפ מיט 14 ניגונים
ווי אין בארא פארק איז די טראק ?
שוין געגאנגען שלאפען מארגען וועסטו עס זען הערן אין"אלע" גאסן
אין וומס"ב איז עס שוין דא?
ווען וועט עס זיין אין וויליאמסבורג אדער מאנסי?
ווען גייט עס זיין אין די געשעפטן?
וואס מיינט "ווען וועט עס זיין אין די געשעפטן"?
ס'קנאקט שוין אין אלע געשעפטן!
Bought it today and I can not stop playing it
The song "Mitzva" is going to be a hit by weddings
קען זיין אז די עולם געדענקט אין קען זיין אז נישט, איך בין א שטארקע פען פין ליפא.
טראצדעם, האלט איך אז די טעיפ איז שוואכלעך. יא עס ליגט אסאך ארבעט דערין מן הסתם אסאך מער ווי אין אסאך אנדערע טעיפס. עס איז אבער לדעתי א בחינה פין כל המוסיף גורע. ווי זיינע אמאליגע טעיפס האבן געהאט איינס אדער צוויי איטרעסאנטע שטיקלעך איז יעצט די גאנצע טעיפ פיל דערמיט. סוף כל סוף גייט די עולם פאר עם וועגן די חידושים.
די טעיפ איז אבער ענדליך צו עסן טשאקאלאדע. איין אדער צוויי שטיקלעך וועט יעדער הנאה האבן פין. אסאך וועלן קענען עסן א גאנץ פעקל. ווייניג וועלן אבער קענען עסן פינף זעקס פעקלעך. ס'איז "טוא מאטש." פין די דעקל צו די מיוזיק, עפעס פעלט.
אינטרעסאנט איז אז אפילו פינקי'ס ניגון איז שוואכלעך.
נישט אז עס גייט מיך אהן, איך קוק אהן דער טעיפ ווי א באלדע סטעפ אוועק פין די חסידישע עולם - מער צו די מאדערנע און ליטווישע עולם. דאס איז פארשטייט זיך נישט קיין חידוש, ליפא ריקט זיך שוין אהין זייט ער איז געווארן עכט פאפולער. דער טעיפ איז אבער פיהל אנדערש צוליב כמה וכמה טעמים. צווישן זיי: די ענגלישע תרגום פין אלע נגונים, אין די סטייל פין עטליכע נגונים (JAZZ - נישט אום שבת גערעדט) סערווירט דירעקט צו די מאדערנע עולם. איך גלייב אז נישט נאר וועט די חסידישע עולם האלטן אז עס איז "באמיש," נאר זיי וועלן עס אפילו נישט קענען אפרישיעטן.
עס קען זיין אז איך האב נאך נישט אנערקענט אין די שיינקייט פין די טעיפ. אדרבה לאמיר הערן פין די וואס האבן עס שוין געהערט עטליכע מאל.
איך האלט אויך נאך איין מאל הערן דערווייל בין איך דיסעפוינטעד
אבער נאך א פאר מאל הערן טשעינדשט מען די מיינד
געווענדליך
so kutchma you can give it a chance still
Kutchma, your are absolutely right about evreything you wrote about this tape. I knew something was so different and wrong about this album but I couldn't pinpoint what it is. Lipa's gotta make up his mind who he wants to entertain by his tapes, the chasidishe or the other side. He is not here and not there.
ווער ס'האט געהערט פון "קינדערלעך" אן איזרעלישע קינדער קאר וואס ווערט קאמפאזירט דורך די זעלבע חברה פון "דאנס אוף שימחעס" קען זען ווי ער מאכט זיי נאך, הן מיט'ן תוכן הן מיט'ן סטייל
טייערער ליפא, ס'איז גוט משוגע, אפשר אינטערסאנט צו הערן איינס צוויי מאל, אבער נישט קיין היט!
ווען איינער טאנצט אראפ פון דאך באקומט ער אויך אטענשאן און ער מאכט די נייעס, אבער ס'איז נישט די זעלבע ווי דער וואס געווינט די נאבעל פרייז.
און יא, כ'האב געליינט דיין תירוץ אויפ'ן דעקל, אז מענטשן בעטן דיר צו זינגן מאדערנע ניגונים, אן דו מוזט פשוט ווייל ביזט א פועל שכיר....!!!!
come one, whom are u kidding
דאס איז א פרישע ווערסיע פון דיין עד, ביים פאריגן טעיפ, גם זו לטובה
עפנטליכע אנטשולדיגונג!
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן אז דער טעיפ איז אויסעגקומען אביסל מאדערן-גויאיש, אבער........ "גם זו לטובה"!!!!!
Kutchma
The song nisht in shabbos geredt reminds me of Frank Sinatra style am I right?
But Lipa prared himself for all the criticism with the song "Al Todun Es Chavercho" so I guess I'll stop here.
However I would say that with his talent [and status] he could have made a far more heimishe style, and would still have the clientele he's trying so much to cater to.
It might be similar to Sinatra, I don't know. It certainly is similar to the background music you hear in the New York book stores etc. - soft jazz.
אינגערמאן: Go easy on the guy. ער מיינט למעשה נישט קיין שלעכטס. ווער עס קען ליפא ווייסט אז ער מיינט פשוט די ART אין חכמה וואס על ליגט אין דער טעיפ. עס איז א אימאפפרעגבארע MASTER PIECE - איך ווייס נישט צו עס איז דא נאך א אידישע טעיפ וואס האט אין זיך אזוי סאך חכמת הנגינה - אבער אביסל איבער געטריבן.